Skip to content
Opens in a new window

[1] זינגט צו ה׳ אַ נײַ געזאַנג, זינגט צו ה׳, די גאַנצע ערד.

[2] זינגט צו ה׳, בענטשט זײַן נאָמען, זײט מבֿשׂר פֿון טאָג צו טאָג זײַן ישועה.

[3] דערצײלט צװישן די פֿעלקער זײַן כּבֿוד, צװישן אַלע אומות זײַנע װוּנדער.

[4] װאָרעם גרױס איז ה׳, און זײער געלױבט, ער איז פֿאָרכטיק איבער אַלע ג‑טער;

[5] װאָרעם די ג‑טער פֿון אַלע פֿעלקער זײַנען נישטיק, און ה׳ האָט די הימלען געמאַכט.

[6] גלאַנץ און שײנקײט זײַנען פֿאַר זײַן פּנים, שטאַרקײט און פּראַכט אין זײַן מִקדָש.

[7] גיט צו ה׳, איר משפּחות פֿון די פֿעלקער, גיט צו ה׳ כּבֿוד און שטאַרקײט.

[8] גיט צו ה׳ דעם כּבֿוד פֿון זײַן נאָמען, ברענגט אַ מִנְחָה, און קומט אין זײַנע הױפֿן.

[9] בוקט זיך צו ה׳ מיט הײליקן אָפּשײַ, ציטערט פֿאַר אים, די גאַנצע ערד.

[10] זאָגט צװישן די פֿעלקער: ה׳ טוט קיניגן; אױך איז באַפֿעסטיקט די װעלט, זי זאָל זיך נישט װאַקלען, ער װעט משפּטן די פֿעלקער מיט יושר.

[11] זאָלן זיך פֿרײען די הימלען, און זאָל לוסטיק זײַן די ערד, זאָל דונערן דער ים מיט זײַן פֿולקײט.

[12] זאָל פֿרײלעך זײַן דאָס פֿעלד און אַלץ װאָס דערין; דענצמאָל זאָלן זינגען אַלע בײמער פֿון װאַלד;

[13] פֿאַר ה׳, װאָרעם ער קומט, װאָרעם ער קומט משפּטן די ערד; ער װעט משפּטן די װעלט מיט גערעכטיקײט, און די פֿעלקער מיט זײַן װאָרהאַפֿטיקײט.

תְּהִלִּים — Chapters