[1] אַ געזאַנג פֿון די אַרױפֿגאַנגען; פֿון דָוִדן. ה׳, נישט האָפֿערדיק איז מײַן האַרץ, און נישט דערהױבן זײַנען מײַנע אױגן, און איך בין נישט אומגעגאַנגען מיט זאַכן צו גרױס און פֿאַרהױלן פֿון מיר.
[2] פֿאַר װאָר, איך האָב באַרוט און אײַנגעשטילט מײַן זעל אַזױ װי אַן אַנטװױנטער בײַ זײַן מוטער; אַזױ װי אַן אַנטװױנטער איז בײַ מיר מײַן זעל.
[3] האַר, יִשׂרָאֵל, אױף ה׳ פֿון אַצונד און ביז אײביק.
תְּהִלִּים — Chapters
123456789101112131415161718192021222324252627282930313233343536373839404142434445464748495051525354555657585960616263646566676869707172737475767778798081828384858687888990919293949596979899100101102103104105106107108109110111112113114115116117118119120121122123124125126127128129130131132133134135136137138139140141142143144145146147148149150