[1] פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער; אַ מיזמור פֿון דָוִדן.
[2] דערלײז מיך, ה׳, פֿון דעם שלעכטן מענטשן, פֿון דעם רױבמענטשן זאָלסטו מיך באַהיטן;
[3] די װאָס טראַכטן בײז אין האַרצן, אַלע טאָג העצן זײ מלחמות.
[4] זײ שאַרפֿן זײער צונג װי אַ שלאַנג, גיפֿט פֿון אַן אָטערשלאַנג איז אונטער זײערע ליפּן. סֶלָה.
[5] היט מיך, ה׳, פֿון די הענט פֿון דעם רשע, פֿון דעם רױבמענטשן זאָלסטו מיך באַהיטן; די װאָס טראַכטן אומצושטױסן מײַנע טריט.
[6] די האָפֿערדיקע האָבן מיר אַ פּאַסטקע אונטערגעלײגט, און שטריק, זײ האָבן אױסגעשפּרײט אַ נעץ לעבן שטעג, שטרױכלונגען האָבן זײ מיר געשטעלט. סֶלָה.
[7] איך זאָג צו ה׳: מײַן ג-ט ביסט דו; פֿאַרנעם, ה׳, דעם קֹול פֿון מײַנע געבעטן.
[8] ה׳ דו אֲדֹנָי, די שטאַרקײט פֿון מײַן הילף, האָסט באַשירעמט מײַן קאָפּ אין טאָג פֿון באַװאָפֿענונג;
[9] זאָלסט נישט געבן, ה׳, די באַגערן פֿון דעם רשע, זײַן כּװנה זאָלסטו נישט לאָזן אױספֿירן, אַז זײ זאָלן זיך דערהײבן. סֶלָה.
[10] דאָס גיפֿט פֿון מײַנע אַרומרינגלער, דאָס אומגליק פֿון זײערע ליפּן זאָל זײ אַלײן צודעקן.
[11] זאָלן פֿאַלן אױף זײ קױלן, אין פֿײַער זאָל ער זײ װאַרפֿן, אין גריבער, אַז זײ זאָלן נישט אױפֿשטײן.
[12] דער צונגמענטש זאָל נישט באַשטײן אױף דער ערד, דעם בײזן רױבמענטשן, אים זאָל ער יאָגן צו פֿאַרשטױסונג.
[13] איך װײס אַז ה׳ װעט טאָן דאָס רעכט פֿון דעם אָרעמאַן, די גערעכטיקײט פֿון די באַדערפֿטיקע.
[14] פֿאַר װאָר, די צדיקים װעלן דאַנקען דײַן נאָמען, די רעכטפֿאַרטיקע װעלן זיצן פֿאַר דײַן פּנים.