[1] פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער; אױף שושַן-עדות; אַ מִכתָּם פֿון דָוִדן פֿאַר אַ לערנונג,
[2] װען ער האָט מלחמה געהאַלטן מיט אַרַם-נַהרַיִם און אַרָם פֿון צוֹבֿה, און יוֹאָבֿ האָט זיך אומגעקערט, און האָט געשלאָגן פֿון אֶדוֹם אין טאָל פֿון זאַלץ צװעלף טױזנט.
[3] אלֹקים, האָסט אונדז פֿאַרלאָזט, האָסט אונדז צעבראָכן; האָסט געצערנט אױף אונדז, זאָלסטו אונדז װידער אױפֿריכטן.
[4] האָסט אױפֿגעשטורעמט די ערד, האָסט זי צעשפּאָלטן; הײל אירע בראָכן, װאָרעם זי װאַקלט זיך.
[5] האָסט געמאַכט זען דײַן פֿאָלק שװערע לײַדן, האָסט אונדז אָנגעטרונקען מיט װײַן פֿון פֿאַרטומלעניש.
[6] גיב דײַנע פֿאָרכטער אַ פֿאָן, זיך אײַנצוזאַמלען פֿאַרן אמת. סֶלָה.
[7] כּדי דײַנע באַליבטע זאָלן דערלײזט װערן, העלף מיט דײַן רעכטער האַנט, און ענטפֿער מיר.
[8] אלֹקים האָט גערעדט אין זײַן הײליקײט, אַז איך װעל דערפֿרײט װערן; איך װעל צעטײלן שכֶם, און דעם טאָל סוכּוֹת װעל איך אױסמעסטן.
[9] מײַן איז גִלעָד, און מײַן איז מנַשֶה, און אפֿרים איז דער קיװער פֿון מײַן קאָפּ; יהוּדה איז מײַן צעפּטער.
[10] מוֹאָבֿ איז מײַן װאַשטאָפּ; אױף אֶדוֹם װאַרף איך מײַן שוך; איבער מיר, פּלֶשֶת, װעסטו שרײַען.
[11] װער ברענגט מיך צו דער באַפֿעסטיקטער שטאָט? װער טוט מיך פֿירן קײן אֶדוֹם?
[12] פֿאַר װאָר, דו אלֹקים האָסט אונדז פֿאַרלאָזט, און גײַסט נישט אַרױס, אלֹקים, מיט אונדזערע מחנות.
[13] גיב אונדז הילף קעגן דעם פֿײַנט, װאָרעם נישטיק איז די ישועה פֿון אַ מענטשן.
[14] מיט אלֹקים װעלן מיר אױפֿטאָן גבֿורות, און ער װעט צעטרעטן אונדזערע פֿײַנט.