Skip to content
Opens in a new window

[1] איך גאַר אַז ה׳ זאָל צוהערן מײַן קֹול, מײַנע געבעטן.

[2] װײַל ער האָט גענײגט זײַן אױער צו מיר, דערום אין מײַנע טעג װעל איך אים רופֿן.

[3] אַרומגערינגלט האָבן מיך די שטריק פֿון טױט, און אַנגסטן פֿון שְׁאֹול האָבן מיך געטראָפֿן; לײַד און קומער האָב איך געטראָפֿן.

[4] האָב איך דעם נאָמען פֿון ה׳ גערופֿן: איך בעט דיך, ה׳, מאַך אַנטרינען מײַן זעל.

[5] לײַטזעליק איז ה׳ און גערעכט, און אלוקינו איז דערבאַרעמדיק.

[6] ה׳ פֿאַרהיט די אומגעניטע; איך בין געװען געפֿאַלן, און ער האָט מיך געהאָלפֿן.

[7] קער זיך אום, מײַן זעל, צו דײַן רויִקײט. װאָרעם ה׳ האָט דיר גוטס געטאָן.

[8] װאָרעם האָסט אַרױסגעצױגן מײַן זעל פֿון טױט, פֿון טרערן מײַן אױג, מײַן פֿוס פֿון שטרױכלונג.

[9] איך װעל אומגײן פֿאַר ה׳ אין די לענדער פֿון די לעבעדיקע.

[10] איך האָב געגלױבט, װען איך האָב גערעדט; איך בין געפּלאָגן געװען זײער.

[11] איך האָב געזאָגט אין מײַן אַנגסט: אַלע מענטשן זײַנען פֿאַלש.

[12] װי זאָל איך אָפּצאָלן ה׳ אַלע זײַנע טובֿות צו מיר?

[13] דעם כָּוס פֿון ישועות װעל איך אױפֿהײבן, און דעם נאָמען פֿון ה׳ װעל איך רופֿן,

[14] מײַנע נדרים צו ה׳ װעל איך באַצאָלן אַנטקעגן פֿאַר זײַן גאַנצן פֿאָלק.

[15] שװער אין די אױגן פֿון ה׳ איז דער טױט פֿון זײַנע פֿרומע.

[16] איך בעט דיך, ה׳, װאָרעם איך בין דײַן קנעכט, איך בין דײַן קנעכט, דער זון פֿון דײַן דינסט; האָסט לױזגעמאַכט מײַנע בינדשטריק.

[17] איך װעל שלאַכטן צו דיר אַ דאַנקאָפּפֿער, און דעם נאָמען פֿון ה׳ װעל איך רופֿן.

[18] מײַנע נדרים צו ה׳ װעל איך באַצאָלן אַנקעגן פֿאַר זײַן גאַנצן פֿאָלק,

[19] אין די הױפֿן פֿון ה׳ס הױז, אין מיטן פֿון דיר, ירושָלַיִם. הַלְלוּ יָהּ.

תְּהִלִּים — Chapters