[1] אַ מיזמור פֿון דאַנקגעבונג. שאַלט צו ה׳, די גאַנצע ערד.
[2] דינט ה׳ מיט שׂימחה, קומט פֿאַר אים מיט געזאַנג.
[3] װײסט אַז ה׳, ער איז אלֹקים; ער האָט אונדז באַשאַפֿן, און זײַנע זײַנען מיר, זײַן פֿאָלק, און די שאָף פֿון זײַן פֿיטערונג.
[4] קומט אין זײַנע טױערן מיט דאַנק, אין זײַנע הױפֿן מיט לױב; גיט אַ דאַנק צו אים, בענטשט זײַן נאָמען.
[5] װאָרעם ה׳ איז גוט, אױף אײביק איז זײַן חֶסֶד, און ביז דור-דורות זײַן טרײַשאַפֿט.
תְּהִלִּים — Chapters
123456789101112131415161718192021222324252627282930313233343536373839404142434445464748495051525354555657585960616263646566676869707172737475767778798081828384858687888990919293949596979899100101102103104105106107108109110111112113114115116117118119120121122123124125126127128129130131132133134135136137138139140141142143144145146147148149150