Skip to content
Opens in a new window

[1] אַ געזאַנג פֿון די אַרױפֿגאַנגען. פֿון די טיפֿענישן רוף איך דיך, ה׳.

[2] אֲדֹנָי, הער צו מײַן קֹול; זאָלן דײַנע אױערן זײַן פֿאַרנעמיק צו דעם קֹול פֿון מײַנע געבעטן.

[3] אַז דו, ה׳, זאָלסט אַכטן אױף זינד, װער, אֲדֹנָי, קען באַשטײן?

[4] װאָרעם בײַ דיר איז פֿאַרגעבונג, דערום װערסטו געפֿאָרכט.

[5] איך האָב געהאָפֿט אױף ה׳, געהאָפֿט האָט מײַן זעל, און אױף זײַן װאָרט האָב איך געהאַרט.

[6] מײַן נפֿש קוקט אױס אױף אֲדֹנָי מער װי װעכטער אױף פֿרימאָרגן, װעכטער אױפֿן פֿרימאָרגן.

[7] האַר, יִשׂרָאֵל, אױף ה׳, װאָרעם בײַ ה׳ איז גענאָד, און בײַ אים איז גרױס אױסלײזונג.

[8] און ער װעט אױסלײזן יִשׂרָאֵל פֿון אַלע זײַנע זינד.

תְּהִלִּים — Chapters