[1] הַלְלוּ יָהּ. איך װעל לױבן ה׳ מיטן גאַנצן האַרצן, אין אַ געזעמל פֿון רעכטפֿאַרטיקע און אַן עדה.
[2] די װערק פֿון ה׳ זײַנען גרױס, זײ װערן געפֿאָרשט פֿון אַלע װאָס גאַרן זײ.
[3] פּראַכט און שײנקײט איז זײַן טוּונג, און זײַן גערעכטיקײט באַשטײט אױף אײביק.
[4] ער האָט געמאַכט אַן אָנדענק פֿאַר זײַנע װוּנדער; ה׳ איז דערבאַרעמדיק און לײַטזעליק.
[5] ער גיט שפּײַז צו די װאָס פֿאָרכטן אים, ער געדענקט אױף אײביק זײַן ברית.
[6] די שטאַרקײט פֿון זײַנע װערק האָט ער געװיזן זײַן פֿאָלק, כּדי זײ צו געבן די אַרב פֿון די פֿעלקער.
[7] די װערק פֿון זײַנע הענט זײַנען אמת און גערעכטיקײט, זיכער זײַנען אַלע זײַנע באַפֿעלן;
[8] אױפֿגעהאַלטן אױף אײביק און שטענדיק, געמאַכט מיט אמת און יושר.
[9] אַן אױסלײזונג האָט ער געשיקט צו זײַן פֿאָלק; ער האָט באַפֿױלן אױף אײביק זײַן ברית; הײליק און פֿאָרכטיק איז זײַן נאָמען.
[10] דער אָנהײב פֿון חכמה איז מורא פֿאַר ה׳; װױלפֿאַרשטאַנדיקײט איז בײַ אַלע װאָס טוען דאָס. זײַן לױב באַשטײט אײביק.