Skip to content
Opens in a new window

[1] פֿון שלמהן. אלֹקים, גיב דײַנע משפּטים צום מלך, און דײַן גערעכטיקײט צום מלכס זון;

[2] ער זאָל משפּטן דײַן פֿאָלק מיט רעכטפֿאַרטיקײט, און דײַנע אָרימע לױט רעכט.

[3] די בערג זאָלן טראָגן שלום צום פֿאָלק, און די הײכן – דורך גערעכטיקײט.

[4] ער זאָל משפּטן די אָרימע פֿון פֿאָלק, ער זאָל העלפֿן די קינדער פֿון אבֿיון, און צעדריקן דעם רױבער.

[5] מע זאָל דיך פֿאָרכטן װי לאַנג די זון װעט זײַן, און אַזױ װי די לבֿנה, אױף דור-דורות.

[6] ער זאָל נידערן װי רעגן אױף געשניטן גראָז, װי שפּרײרעגן װאָס באַגיסט די ערד.

[7] בליִען אין זײַנע טעג זאָל דער צדיק, און אַ שפֿע פֿון פֿריד ביז די לבֿנה װעט מער נישט זײַן.

[8] און ער זאָל געװעלטיקן פֿון ים ביז ים, און פֿון דעם טײַך ביז די עקן פֿון דער ערד.

[9] פֿאַר אים זאָלן קניִען די מדבר-לײַט, און זײַנע פֿײַנט זאָלן לעקן דעם שטױב.

[10] די מלכים פֿון תַּרְשִיש און די אינדזלען זאָלן מִנְחָה ברענגען, די מלכים פֿון שבֿאָ און סבֿאָ זאָלן מתָּנות ברענגען.

[11] און בוקן זאָלן זיך פֿאַר אים אַלע מלכים, אַלע פֿעלקער זאָלן אים דינען.

[12] װאָרעם ער װעט מציל זײַן דעם אבֿיון װאָס שרײַט, און דעם אָרעמאַן װאָס האָט נישט קײן העלפֿער.

[13] ער װעט זיך דערבאַרעמען אױפֿן אָרעמאַן און אבֿיון, און די נפֿשות פֿון די אבֿיוֹנים װעט ער העלפֿן.

[14] פֿון דריקונג און פֿון רױב װעט ער אױסלײזן זײער זעל, און טײַער װעט זײַן זײער בלוט אין זײַנע אױגן.

[15] דערום זאָל ער לעבן, און מע זאָל אים געבן פֿון דעם גאָלד פֿון שבֿאָ; און מע זאָל מתפּלל זײַן פֿאַר אים תּמיד, אַ גאַנצן טאָג זאָל מען אים בענטשן.

[16] ער זאָל זײַן װי אַ גערעטעניש פֿון תּבֿואה אין לאַנד, אױף די שפּיץ בערג זאָל רױשן װי דער לבֿנוֹן זײַן פֿרוכט; און זײ זאָלן שפּראָצן פֿון דער שטאָט אַזױ װי גראָז פֿון דער ערד.

[17] זײַן נאָמען זאָל זײַן אײביק, אַזױ לאַנג װי די זון זאָל בליִען זײַן נאָמען, און מע זאָל זיך בענטשן מיט אים; אַלע פֿעלקער זאָלן אים רימען.

[18] ברוך ה׳ אלֹקים, אלוקי יִשׂרָאֵל, װאָס ער אַלײן טוט װוּנדער;

[19] און געלױבט זײַן פּראַכטיקער נאָמען אױף אײביק; און די גאַנצע ערד זאָל אָנגעפֿילט װערן מיט זײַן פּראַכט. אָמן און אָמן!

[20] געענדיקט די תּפֿילות פֿון דָוִד דעם זון פֿון יִשַין.

תְּהִלִּים — Chapters