Skip to content
Opens in a new window

[1] פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער; אַ מיזמור; פֿון דָוִדן אַ געזאַנג.

[2] אױף דיר, אלֹקים, האַרט לױב אין צִיוֹן, און צו דיר װערן נדרים געצאָלט.

[3] דו װאָס הערסט צו אַ תּפֿילה, צו דיר קומען אַלע לײַבער.

[4] די זינדיקע מעשׂים זײַנען צו שטאַרק פֿאַר מיר; אונדזערע פֿאַרברעכן, זײ זאָלסט דו מכַפּר זײַן.

[5] װױל צו דעם װאָס דו װײלסט און דערנענטערסט, ער זאָל רוען אין דײַנע הױפֿן. לאָמיר זיך זעטן מיט דעם גוטס פֿון דײַן הױז, מיט דער הײליקײט פֿון דײַן הֵיכל.

[6] מיט פֿאָרכטיקע װוּנדער ענטפֿערסטו אונדז אין גערעכטיקײט, דו אלֹקים פֿון אונדזער הילף, דו פֿאַרזיכערונג פֿון אַלע עקן ערד, און פֿון ימען װײַטע;

[7] דער װאָס באַפֿעסטיקט די בערג מיט זײַן כּוֹח, דער װאָס איז באַגורט מיט גבֿורה;

[8] דער װאָס שטילט אײַן די ברומונג פֿון די ימען, די ברומונג פֿון זײערע אינדן, און דעם טומל פֿון די פֿעלקער,

[9] ביז די באַװױנער פֿון װײַטע עקן האָבן מורא פֿאַר דײַנע צײכנס; די אַרױסגענג פֿון פֿרימאָרגן און אָװנט מאַכסטו זינגען.

[10] דערמאָנסט זיך אָן דער ערד און באַװאַסערסט זי, מאַכסט זי שֶפֿעדיק רײַך, פֿון דעם טײַך פֿון אלֹקים פֿול מיט װאַסער; ברײטסט אָן זײער קאָרן, װאָרעם ברײטסט זי צו ריכטיק;

[11] טרינקסט אָן אירע בײטן, זעצסט אַראָפּ אירע גרודעס, מאַכסט זי װײך מיט שפּרײרעגן, בענטשסט איר שפּראָצונג.

[12] האָסט געקרײנט דאָס יאָר מיט דײַן גוטס, און דײַנע שטעגן טריפֿן מיט פֿעטקײט.

[13] עס טריפֿן די פֿיטערפּלעצער פֿון מדבר, און פֿרײד גורטן אָן די הײכן.

[14] די לאָנקעס באַקלײדן זיך מיט שאָף, און די טאָלן װיקלען זיך אין תּבֿואה; זײ שאַלן און זײ זינגען.

תְּהִלִּים — Chapters