Skip to content
Opens in a new window

[1] הַלְלוּ יָהּ. זינגט צו ה׳ אַ נײַ געזאַנג, זײַן לױב אין דער אײַנזאַמלונג פֿון די פֿרומע.

[2] זאָל זיך פֿרײען יִשׂרָאֵל מיט זײַן באַשעפֿער, די קינדער פֿון צִיוֹן זאָלן לוסטיק זײַן מיט זײער מלך.

[3] זאָלן זײ לױבן זײַן נאָמען מיט טאַנץ, מיט פּױק און האַרף זאָלן זײ שפּילן צו אים.

[4] װאָרעם ה׳ באַװיליקט זײַן פֿאָלק, ער באַשײנט די געדריקטע מיט הילף.

[5] זאָלן די פֿרומע זיך פֿרײען אין כּבֿוד, זאָלן זײ זינגען אױף זײערע געלעגערס.

[6] דער הײבונגען פֿון אֵל אין זײער קעל, און אַ צװײשאַרפֿיקע שװערד אין זײער האַנט,

[7] צו טאָן אַ נקמה אָן די פֿעלקער, שטראָפֿונגען אױף די אומות;

[8] צו שמידן זײערע מלכים אין קײטן, און זײערע אָנגעזעענע אין אײַזערנע רינגען;

[9] צו טאָן אױף זײ דעם אָנגעשריבענעם משפּט. שײן װעט דאָס זײַן פֿאַר אַלע זײַנע פֿרומע. הַלְלוּ יָהּ.

תְּהִלִּים — Chapters