[1] אַ תּפֿילה פֿאַר דעם געדריקטן װען ער פֿאַרגײט זיך, און ער גיסט אױס פֿאַר ה׳ זײַן קלאָג.
[2] ה׳, הער צו מײַן תּפֿילה, און מײַן געשרײ זאָל קומען צו דיר.
[3] זאָלסט נישט פֿאַרבאָרגן דײַן פּנים פֿון מיר, אין טאָג פֿון מײַן נױט נײַג דײַן אױער צו מיר, אין טאָג װאָס איך רוף, ענטפֿער מיר גיך.
[4] װאָרעם אַזױ װי רױך פֿאַרגײען מײַנע טעג, און מײַנע בײנער זײַנען װי אַן אױװן צעברענט.
[5] צעקלאַפּט װי גראָז און פֿאַרטריקנט איז מײַן האַרץ, װאָרעם איך פֿאַרגעס צו עסן מײַן ברױט.
[6] פֿון װעגן די קוֹלות פֿון מײַן קרעכצן איז מײַן געבײן צוגעקלעפּט צו מײַן הױט.
[7] איך בין געגליכן צו אַ פּעליקאַן פֿון מדבר, איך בין געװאָרן װי אַן אײַל פֿון די חורבֿות.
[8] איך בין װאַך נאָכאַנאַנד און בין געװאָרן װי אַן עלנדער פֿױגל אױף אַ דאַך.
[9] אַ גאַנצן טאָג לעסטערן מיך מײַנע פֿײַנט, די װאָס װילדעװען קעגן מיר, שילטן זיך מיט מיר.
[10] װאָרעם אַש האָב איך אַזױ װי ברױט געגעסן, און מײַנע געטראַנקען האָב איך מיט געװײן געמישט.
[11] פֿון װעגן דײַן כּעס און דײַן צאָרן; װאָרעם האָסט מיך אױפֿגעהױבן און מיך אַװעקגעשלײַדערט.
[12] מײַנע טעג זײַנען װי אַ שאָטן װאָס נײַגט זיך, און אַזױ װי גראָז טריקן איך אײַן.
[13] אָבער דו ה׳ טראָנסט אױף אײביק, און דײַן געדעכעניש איז אױף דור-דורות.
[14] דו װעסט אױפֿשטײן און זיך דערבאַרעמען אױף צִיוֹן, װאָרעם עס איז צײַט זי צו לײַטזעליקן, װאָרעם געקומען איז די שעה.
[15] װאָרעם דײַנע קנעכט גאַרן נאָך אירע שטײנער, און איר שטױב האָבן זײ ליב.
[16] און די פֿעלקער װעלן פֿאָרכטן דעם נאָמען פֿון ה׳, און אַלע מלכים פֿון דער ערד דײַן פּראַכט,
[17] װען ה׳ האָט אױפֿגעבױט צִיוֹן, זיך באַװיזן אין זײַן פּראַכט;
[18] זיך געקערט צו דער תּפֿילה פֿון דעם עלנדן, און נישט פֿאַראַכט זײער תּפֿילה.
[19] דאָס װעט פֿאַרשריבן װערן פֿאַרן שפּעטערדיקן דור, און דאָס פֿאָלק װאָס װעט באַשאַפֿן װערן, װעט לױבן ה׳.
[20] װאָרעם ער האָט אַראָפּגעקוקט פֿון זײַן הײליקער הײך; ה׳ האָט פֿון הימל געלוגט אױף דער ערד,
[21] צו הערן דאָס קרעכצן פֿון געפֿאַנגענעם, פֿרײַ צו מאַכן די אָנגעברײטע צום טױט.
[22] כּדי מע זאָל דערצײלן אין צִיוֹן ה׳ס נאָמען, און זײַן לױב אין ירושָלַיִם,
[23] װען די פֿעלקער זאַמלען זיך אײַן אין אײנעם, און די קיניגרײַכן צו דינען ה׳.
[24] ער האָט אָפּגעשלאַפֿט אין װעג מײַן כּוֹח, ער האָט געקירצט מײַנע טעג.
[25] איך זאָג: מײַן ג-ט, זאָלסט מיך נישט אַװעקנעמען אין העלפֿט פֿון מײַנע טעג, דו װאָס אױף דור-דורות זײַנען דײַנע יאָרן.
[26] לאַנג צוריק האָסטו די ערד געגרונטפֿעסט, און דאָס װערק פֿון דײַנע הענט זײַנען די הימלען.
[27] זײ װעלן אונטערגײן, און דו װעסט באַשטײן, יאָ, זײ אַלע װעלן װי אַ בגד צעקריכן, װי אַ מלבוש װעסטו זײ בײַטן, און זײ װעלן פֿאַרגײן;
[28] אָבער דו ביסט דער אײגענער, און דײַנע יאָרן װעלן זיך נישט ענדיקן.
[29] די קינדער פֿון דײַנע קנעכט װעלן בלײַבן, און זײער זאָמען װעט שטײן פֿעסט פֿאַר דיר.