Skip to content
Opens in a new window

[1] פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער, אױף שמינית; אַ מיזמור פֿון דָוִדן.

[2] העלף, ה׳, װאָרעם געענדיקט האָבן זיך די פֿרומע, װאָרעם אױסגעגאַנגען זײַנען די געטרײַע פֿון די מענטשנקינדער.

[3] פֿאַלש רעדן זײ אײנער מיטן אַנדערן, מיט אַ גלאַטער ליפּ, מיט אַ צװײיִקן האַרצן רעדן זײ.

[4] ה׳ זאָל פֿאַרשנײַדן אַלע גלאַטע ליפּן, די צונג װאָס רעדט גרױס!

[5] די װאָס זאָגן: מיט אונדזער צונג זײַנען מיר שטאַרק, אונדזערע ליפּן זײַנען מיט אונדז, װער איז אונדז אַ האַר?

[6] פֿון װעגן דער באַרױבונג פֿון די אָרימע, פֿון װעגן דעם קרעכצן פֿון די באַדערפֿטיקע, אַצונד װעל איך אױפֿשטײן, זאָגט ה׳; איך װעל באַשערן מיט הילף דעם װאָס מע בלאָזט אױף אים.

[7] די װערטער פֿון ה׳ זײַנען רײנע װערטער, זילבער געשמאָלצן אין אַ טיגל אױף דער ערד, זיבן מאָל געלײַטערט.

[8] דו ה׳ װעסט זײ היטן, װעסט זײ אײביק באַהיטן פֿון דאָזיקן דור.

[9] אומעטום גײען אום די רשעים, װען געמײנקײט װערט דערהױבן בײַ די מענטשנקינדער.

תְּהִלִּים — Chapters