Skip to content
Opens in a new window

[1] פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער, מיט סטרונעשפּיל; אַ באַטראַכטונג פֿון דָוִדן,

[2] װען די זיפֿער זײַנען געקומען, און האָבן געזאָגט צו שָאולן: פֿאַר װאָר, דָוִד באַהאַלט זיך בײַ אונדז.

[3] אלֹקים, מיט דײַן נאָמען טו מיך העלפֿן, און מיט דײַן גבֿורה זאָלסטו זיך אָננעמען פֿאַר מיר.

[4] אלֹקים, הער צו מײַן תּפֿילה, פֿאַרנעם די װערטער פֿון מײַן מױל.

[5] װאָרעם פֿרעמדע זײַנען אָנגעשטאַנען אױף מיר, און געװאַלטטוער זוכן מײַן לעבן; זײ האַלטן נישט אלֹקים אַנטקעגן זיך. סֶלָה.

[6] זע, אלֹקים איז מיר אַ העלפֿער, אֲדֹנָי איז דער אונטערלענער פֿון מײַן נפֿש.

[7] זאָל ער אומקערן דאָס בײז אױף מײַנע לױערער; אין דײַן טרײַשאַפֿט פֿאַרשנײַד זײ.

[8] מיט װיליקײט װעל איך שלאַכטן צו דיר, װעל לױבן דײַן נאָמען, ה׳, װאָרעם ער איז גוט.

[9] װאָרעם פֿון יעטװעדער צרה האָט ער מיך מציל געװען, און מײַן אױג האָט זיך אָנגעזען אױף מײַנע פֿײַנט.

תְּהִלִּים — Chapters