[1] הַלְלוּ יָהּ. לױבט, איר קנעכט פֿון ה׳, לױבט דעם נאָמען פֿון ה׳.
[2] זאָל געבענטשט זײַן דער נאָמען פֿון ה׳ פֿון אַצונד און ביז אײביק.
[3] פֿון אױפֿגאַנג פֿון דער זון ביז איר אונטערגאַנג װערט געלױבט דער נאָמען פֿון ה׳.
[4] ה׳ איז דערהױבן איבער אַלע פֿעלקער, איבער די הימלען איז זײַן פּראַכט.
[5] װער איז װי ה׳ אלוקינו, װאָס טראָנט אין דער הײך?
[6] װאָס קוקט אַראָפּ טיף אױף די הימלען און אױף דער ערד.
[7] ער שטעלט אױף פֿון שטױב דעם אָרעמאַן, פֿון מיסטן דערהײבט ער דעם אבֿיון,
[8] צו זעצן מיט פֿירשטן, מיט די פֿירשטן פֿון זײַן פֿאָלק.
[9] ער מאַכט די עקרה זיצן אין הױז אַ פֿרײלעכע מוטער פֿון קינדער. הַלְלוּ יָהּ.
תְּהִלִּים — Chapters
123456789101112131415161718192021222324252627282930313233343536373839404142434445464748495051525354555657585960616263646566676869707172737475767778798081828384858687888990919293949596979899100101102103104105106107108109110111112113114115116117118119120121122123124125126127128129130131132133134135136137138139140141142143144145146147148149150