Skip to content
Opens in a new window

[1] גיט אַ דאַנק צו ה׳, װאָרעם ער איז גוט, װאָרעם אױף אײביק איז זײַן חֶסֶד.

[2] זאָל נון זאָגן יִשׂרָאֵל: װאָרעם אױף אײביק איז זײַן חֶסֶד.

[3] זאָל נון זאָגן דאָס הױז פֿון אַהרֹן: װאָרעם אױף אײביק איז זײַן חֶסֶד.

[4] זאָלן נון זאָגן די װאָס פֿאָרכטן ה׳: װאָרעם אױף אײביק איז זײַן חֶסֶד.

[5] פֿון ענגעניש האָב איך גערופֿן ה׳, האָט ה׳ מיר געענטפֿערט מיט דערברײטערניש.

[6] ה׳ איז מיט מיר, איך האָב נישט קײן מורא, װאָס קען אַ מענטש מיר טאָן?

[7] ה׳ איז מיר מײַן העלפֿער, און איך װעל זען אױף מײַנע שָׂונאים.

[8] בעסער זיך באַשיצן אין ה׳, אײדער זיך פֿאַרזיכערן אױף אַ מענטשן.

[9] בעסער זיך באַשיצן אין ה׳, אײדער זיך פֿאַרזיכערן אױף פֿירשטן.

[10] אַלע פֿעלקער האָבן מיך אַרומגערינגלט; מיט דעם נאָמען פֿון ה׳ אָבער װעל איך זײ פֿאַרשנײַדן.

[11] זײ האָבן מיך אַרומגערינגלט, יאָ אַרומגערינגלט האָבן זײ מיך; מיט דעם נאָמען פֿון ה׳ אָבער װעל איך זײ פֿאַרשנײַדן.

[12] זײ האָבן מיך אַרומגערינגלט װי בינען; זײ זײַנען פֿאַרלאָשן געװאָרן װי פֿײַער פֿון דערנער; פֿאַר װאָר, מיט דעם נאָמען פֿון ה׳ װעל איך זײ פֿאַרשנײַדן.

[13] שטױסן האָסטו מיך געשטױסן צום פֿאַלן, אָבער ה׳ האָט מיך געהאָלפֿן.

[14] מײַן שטאַרקײט און געזאַנג איז ה׳, און ער איז מיר געװען אַ ישועה.

[15] אַ קֹול פֿון געזאַנג און ישועה איז אין די געצעלטן פֿון די צדיקים; די רעכטע האַנט פֿון ה׳ טוט גבֿורות.

[16] די רעכטע האַנט פֿון ה׳ איז דערהױבן, די רעכטע האַנט פֿון ה׳ טוט גבֿורות.

[17] איך װעל נישט שטאַרבן נאָר לעבן, און דערצײלן די מעשׂים פֿון ה׳.

[18] שטראָפֿן געשטראָפֿט האָט מיך ה׳, אָבער צום טױט האָט ער מיך נישט געגעבן.

[19] עפֿנט מיר די טױערן פֿון גערעכטיקײט, איך װעל אַרײַנגײן אין זײ, איך װעל דאַנקען ה׳.

[20] דאָס איז דער טױער פֿון ה׳, די גערעכטע זאָלן אַרײַנגײן אין אים.

[21] איך דאַנק דיר, װאָרעם האָסט מיר געענטפֿערט, און ביסט מיר געװען אַ ישועה.

[22] דער שטײן װאָס די בױמײַנסטערס האָבן פֿאַרװאַרפֿן, איז געװאָרן צום הױפּט פונם װינקל.

[23] פֿון ה׳ איז דאָס געשען, װוּנדערלעך איז עס אין אונדזערע אױגן.

[24] דאָס איז דער טאָג װאָס ה׳ האָט געמאַכט, לאָמיר לוסטיק זײַן און זיך פֿרײען אין אים.

[25] איך בעט דיך, ה׳, העלף אַנטקעגנקומען! איך בעט דיך, ה׳ באַגליק נון!

[26] געבענטשט דער װאָס קומט אין נאָמען פֿון ה׳! מיר בענטשן אײַך פֿון ה׳ס הױז.

[27] ה׳ איז אֵל, און ער האָט אונדז דערלוכטן; פֿלעכט אַ טאַנץ מיט צװײַגן ביז די הערנער פֿון מזבח.

[28] מײַן ג-ט ביסטו, און איך װעל דיר דאַנקען; מײַן ג-ט – װעל איך דיך דערהײבן.

[29] גיט אַ דאַנק צו ה׳, װאָרעם ער איז גוט, װאָרעם אױף אײביק איז זײַן חֶסֶד.

תְּהִלִּים — Chapters