[1] פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער; אַ מיזמור פֿון דָוִדן.
[2] הער צו, אלֹקים, מײַן קֹול אין מײַן קלאָג; פֿון דער אַנגסט פֿון פֿײַנט זאָלסטו באַהיטן מײַן לעבן.
[3] זאָלסט מיך פֿאַרבאָרגן פֿון דעם באַראָט פֿון די שלעכטסטוער, פֿון דעם טומל פֿון די װאָס װערקן אומרעכט;
[4] װאָס האָבן געשאַרפֿט װי אַ שװערד זײער צונג, געשפּאַנט זײער פֿײַל – אַ גיפֿטיק װאָרט,
[5] צו שיסן אין פֿאַרבאָרגענישן דעם אומשולדיקן; פּלוצלינג שיסן זײ אים, און האָבן נישט מורא.
[6] זײ שטאַרקן אײנאַנדער אין דער בײזער זאַך; זײ רעדן אָפּ אונטערצולײגן נעצן; זײ זאָגן, װער קען זײ זען.
[7] זײ זוכן אױס פֿאַרברעכן, זײ האָבן דורכגעמאַכט אַ גרונטיקע זוכעניש; און די אינעװײניקײט פֿון איטלעכן און דאָס האַרץ איז טיף.
[8] אָבער אלֹקים שיסט אױף זײ פּלוצלינג אַ פֿײַל; עס געשעען זײערע שלעק.
[9] און מע מאַכט זײער צונג אַ שטרױכלונג פֿאַר זײ אַלײן; אױפֿגעטרײסלט װערן אַלע װאָס קוקן אױף זײ.
[10] און אַלע מענטשן האָבן מורא, און דערצײלן דאָס װערק פֿון אלֹקים, און זײַן טוּונג פֿאַרשטײען זײ.
[11] דער צדיק פֿרײט זיך מיט ה׳, און טוט זיך שיצן אין אים, און עס רימען זיך אַלע רעכטפֿאַרטיקע הערצער.