[1] ה׳ טוט קיניגן; ער האָט זיך מיט גרױסקײט באַקלײדט; ה׳ האָט זיך אָנגעקלײדט, מיט שטאַרקײט זיך אָנגעגורט; אױך איז באַפֿעסטיקט די װעלט, זי זאָל זיך נישט װאַקלען.
[2] פֿעסט שטײט דײַן טראָן פֿון אַ מאָל, פֿון אײביק אָן ביסטו.
[3] די טײַכן, ה׳, האָבן אױפֿגעהױבן, די טײַכן האָבן אױפֿגעהױבן זײער קֹול; די טײַכן הײבן אױף זײער גערױש.
[4] מער פֿון די קוֹלות פֿון װאַסערן גרױסע, פֿון מאַכטיקע אינדן פֿון ים, איז מאַכטיק ה׳ אין דער הײך.
[5] דײַנע צײגנים זײַנען זיכער ביז גאָר; פֿאַר דײַן הױז פּאַסט זיך הײליקײט, ה׳, אױף אײביקע טעג.
תְּהִלִּים — Chapters
123456789101112131415161718192021222324252627282930313233343536373839404142434445464748495051525354555657585960616263646566676869707172737475767778798081828384858687888990919293949596979899100101102103104105106107108109110111112113114115116117118119120121122123124125126127128129130131132133134135136137138139140141142143144145146147148149150