Skip to content
Opens in a new window

[1] פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער, אױף מות-לַבֵן; אַ מיזמור פֿון דָוִדן.

[2] איך װעל לױבן ה׳ מיט מײַן גאַנצן האַרצן, איך װעל דערצײלן אַלע דײַנע װוּנדער.

[3] איך װעל זיך פֿרײען און לוסטיק זײַן מיט דיר, איך װעל באַזינגען דײַן נאָמען, דו עליון;

[4] װען מײַנע פֿײַנט קערן זיך אַהינטער, װערן געשטרױכלט און גײען אונטער פֿאַר דיר,

[5] װאָרעם האָסט געטאָן מײַן משפּט און מײַן רעכט, האָסט זיך געזעצט אױפֿן טראָן, דו ריכטער גערעכטער.

[6] האָסט אָנגעשריִען אױף די פֿעלקער, האָסט אונטערגעבראַכט דעם רשע, זײער נאָמען האָסטו אױסגעמעקט אױף אײביק און שטענדיק.

[7] דו פֿײַנט, פֿאַרלענדט זײַנען די חורבֿות אױף תּמיד; און שטעט האָסטו אױסגעריסן, זײער זָכר איז אונטערגעגאַנגען,

[8] אָבער ה׳ װעט אײביק בלײַבן, ער שטעלט אױף צום משפּט זײַן טראָן;

[9] און ער װעט משפּטן די װעלט מיט גערעכטיקײט, ער װעט דָן זײַן די פֿעלקער מיט יושר.

[10] און ה׳ װעט זײַן אַ פֿעסטונג דעם געדריקטן, אַ פֿעסטונג אין צײַטן פֿון נױט.

[11] און פֿאַרזיכערן װעלן זיך אױף דיר די װאָס קענען דײַן נאָמען, װאָרעם דו פֿאַרלאָזט נישט די װאָס זוכן דיך, ה׳.

[12] זינגט צו ה׳, באַװױנער פֿון צִיוֹן, דערצײלט צװישן די פֿעלקער זײַנע מעשׂים.

[13] װאָרעם דער אױפֿמאָנער פֿון בלוט געדענקט זײ, ער פֿאַרגעסט נישט דאָס געשרײ פֿון די פֿאַרליטענע.

[14] לײַטזעליק מיך, ה׳, זע מײַן פּײַן פֿון מײַנע פֿײַנט, מײַן דערהײבער פֿון די טױערן פֿון טױט;

[15] כּדי איך זאָל דערצײלן אַל דײַן לױב, אין די טױערן פֿון טאָכטער צִיוֹן מיך פֿרײען מיט דײַן הילף.

[16] אײַנגעזונקען זײַנען די פֿעלקער, אין דער גרוב װאָס זײ האָבן געמאַכט, אין דער נעץ װאָס זײ האָבן באַהאַלטן איז באַצװוּנגען זײער פֿוס.

[17] ה׳ איז באַװוּסט געװאָרן, ער האָט אַ משפּט געטאָן – אין דעם װערק פֿון זײַנע הענט איז געשטרױכלט געװאָרן דער רשע. הִגָיון סֶלָה.

[18] די רשעים װעלן אָנקומען אין שְׁאֹול – אַלע פֿעלקער װאָס פֿאַרגעסן אָן אלֹקים.

[19] װאָרעם נישט שטענדיק װעט פֿאַרגעסן זײַן דער אבֿיון, די האָפֿענונג פֿון די אָרימע װעט נישט פֿאַרלאָרן זײַן אױף אײביק.

[20] שטײ אױף, ה׳, זאָל דער מענטש נישט פֿאַרשײַט זײַן, זאָלן געמשפּט װערן די פֿעלקער פֿאַר דיר.

[21] טו, ה׳, אַ מורא אױף זײ; זאָלן װיסן די פֿעלקער אַז זײ זײַנען נאָר מענטשן. סֶלָה.

תְּהִלִּים — Chapters