[1] פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער, מיט סטרונעשפּיל; אַ מיזמור פֿון אָסָפֿן, אַ געזאַנג.
[2] באַקאַנט אין יהוּדה איז אלֹקים, גרױס איז זײַן נאָמען אין יִשׂרָאֵל.
[3] און אין שָלֵם איז זײַן בײַדל, און זײַן װױנונג אין צִיוֹן.
[4] דאָרטן האָט ער צעבראָכן די בליציקע פֿײַלן פֿון בױגן, דעם שילד און די שװערד און מלחמה. סֶלָה.
[5] ליכטיק ביסטו, מאַכטיקער, פֿון די בערג פֿון פֿאַרצוקונג;
[6] אױסן זינען זײַנען געװאָרן די שטאַרקהאַרציקע, זײ זײַנען אײַנגעשלאָפֿן זײער שלאָף; און אַלע קריגסלײַט האָבן נישט געפֿונען זײערע הענט.
[7] פֿון דײַן אָנגעשרײ, אלוקי יעקבֿ, איז אַנטשלומערט געװאָרן אי רײַטער אי פֿערד.
[8] דו ביסט פֿאָרכטיק, דו, און װער קען באַשטײן פֿאַר דיר, װי באַלד דו ביסט אין כּעס?
[9] פֿון הימל האָסטו געלאָזט הערן אַ דין, די ערד האָט מורא געקריגן און איז שטיל געװאָרן,
[10] אַז אלֹקים איז אױפֿגעשטאַנען צום משפּט, צו העלפֿן אַלע געדריקטע פֿון דער ערד. סֶלָה.
[11] פֿאַר װאָר, די גרימצאָרנדיקע װעלן דיך לױבן, דעם איבערבלײַב פֿון גרימצאָרן װעסטו אײַנצאַמען.
[12] טוט אַ נדר און באַצאָלט צו ה׳ אלוקיכם; אַלע אַרום אים זאָלן ברענגען מתָּנות צום געפֿאָרכטן.
[13] ער האַלט אײַן דאָס געמיט פֿון פֿירשטן, ער איז פֿאָרכטיק פֿאַר אַלע מלכים פֿון דער ערד.