Skip to content
Opens in a new window

[1] אַ מיזמור פֿון אָסָפֿן. דער אֵל פֿון ג‑טער, ה׳, האָט גערעדט און גערופֿן די ערד, פֿון אױפֿגאַנג פֿון דער זון ביז איר אונטערגאַנג.

[2] פֿון צִיוֹן דער קרױן פֿון שײנקײט, האָט אַרױסגעשײַנט אלֹקים.

[3] אלוקינו קומט, און ער שװײַגט נישט, אים פֿאַרױס פֿאַרצערט אַ פֿײַער, און אַרום אים טוט שטורעמען געװאַלטיק.

[4] ער רופֿט צו די הימלען פֿון אױבן, און צו דער ערד, כּדי צו משפּטן זײַן פֿאָלק:

[5] זאַמלט מיר אײַן מײַנע פֿרומע, די װאָס שליסן מײַן ברית איבער שלאַכטאָפּפֿער.

[6] און די הימלען זאָגן אָן זײַן גערעכטיקײט, װאָרעם אלֹקים, ער איז אַ ריכטער. סֶלָה.

[7] הער מײַן פֿאָלק, און איך װעל רעדן, יִשׂרָאֵל, און איך װעל דיך װאָרענען: אלֹקים דײַן ג-ט בין איך.

[8] נישט אום דײַנע שלאַכטאָפּפֿער װעל איך דיך שטראָפֿן; דײַנע בראַנדאָפּפֿער זײַנען דאָך תּמיד פֿאַר מיר.

[9] איך װיל נישט נעמען פֿון דײַן הױז קײן אָקס, פֿון דײַנע שטאַלן קײן בעק.

[10] װאָרעם מײַן איז יעטװעדער חיה פֿון װאַלד, די בהמות אױף טױזנט בערג.

[11] איך קען יעטװעדער פֿױגל פֿון די בערג, און די װידמענונג פֿון פֿעלד איז בײַ מיר.

[12] אַז איך זאָל הונגעריק זײַן, װעל איך דיר נישט זאָגן, װאָרעם מײַן איז די װעלט און איר פֿולקײט.

[13] צי עס איך דאָס פֿלײש פֿון אָקסן? אָדער דאָס בלוט פֿון בעק טו איך טרינקען?

[14] שלאַכט צו אלֹקים אַ דאַנקאָפּפֿער, און באַצאָל עליון אױבערשטער דײַנע נדרים.

[15] און רוף מיך אין טאָג פֿון נױט, װעל איך דיך דערלײזן, און דו װעסט מיך ערלעכן.

[16] און צום רשע האָט אלֹקים געזאָגט: װי קומסטו צו דערצײלן מײַנע געזעצן, און נעמען מײַן ברית אױף דײַן מױל?

[17] אַז דו האָסט פֿײַנט מוסר, און האָסט געװאָרפֿן מײַנע װערטער הינטער דיר.

[18] אַז דו האָסט געזען אַ גנבֿ, האָסטו זיך געפֿרײַנטלט מיט אים, און מיט נוֹאפֿים איז געװען דײַן טײל.

[19] דײַן מױל האָסטו לױז געלאָזט צום בײזן, און דײַן צונג פֿלעכט באַטרוג.

[20] זיצסטו, באַרעדסטו דײַן ברודער, דעם זון פֿון דײַן מוטער באַנַװלסטו.

[21] דאָס האָסטו געטאָן, און איך האָב געזאָלט שװײַגן? האָסטו געדאַכט, זײַן װי דו װעל איך זײַן; װעל איך דיך שטראָפֿן, און דיר לײגן פֿאַר דײַנע אױגן.

[22] מערקט דאָס אַקאָרשט, איר װאָס פֿאַרגעסט אָן אֱלוֹהַּ, כּדי איך זאָל נישט פֿאַרצוקן, און קײנער װעט נישט מציל זײַן.

[23] דער װאָס שלאַכט אַ דאַנקאָפּפֿער, ערלעכט מיך, אָבער דעם װאָס באַטראַכט דעם װעג, אים װעל איך װײַזן די ישועה פֿון אלֹקים.

תְּהִלִּים — Chapters