[1] גיט אַ דאַנק צו ה׳, װאָרעם ער איז גוט, װאָרעם אױף אײביק איז זײַן חֶסֶד.
[2] גיט אַ דאַנק צו אלֹקים פֿון די ג‑טער, װאָרעם אױף אײביק איז זײַן חֶסֶד.
[3] גיט אַ דאַנק צום האַר פֿון די האַרן, װאָרעם אױף אײביק איז זײַן חֶסֶד.
[4] צו דעם װאָס טוט אַלײן גרױסע װוּנדער, װאָרעם אױף אײביק איז זײַן חֶסֶד.
[5] צו דעם װאָס האָט געמאַכט די הימלען מיט פֿאַרשטאַנדיקײט, װאָרעם אױף אײביק איז זײַן חֶסֶד.
[6] צו דעם װאָס האָט אױסגעשפּרײט די ערד איבער די װאַסערן, װאָרעם אױף אײביק איז זײַן חֶסֶד.
[7] צו דעם װאָס האָט געמאַכט די גרױסע ליכטער, װאָרעם אױף אײביק איז זײַן חֶסֶד;
[8] די זון פֿאַר געװעלטיקונג בײַ טאָג, װאָרעם אױף אײביק איז זײַן חֶסֶד;
[9] די לבֿנה און שטערן פֿאַר געװעלטיקונגען בײַ נאַכט, װאָרעם אױף אײביק איז זײַן חֶסֶד.
[10] צו דעם װאָס האָט געשלאָגן מִצרַיִם אין זײערע בכוֹרים, װאָרעם אױף אײביק איז זײַן חֶסֶד;
[11] און אַרױסגעצױגן יִשׂרָאֵל פֿון צװישן זײ, װאָרעם אױף אײביק איז זײַן חֶסֶד;
[12] מיט אַ שטאַרקער האַנט און מיט אַן אױסגעשטרעקטן אָרעם, װאָרעם אױף אײביק איז זײַן חֶסֶד.
[13] צו דעם װאָס האָט צעשניטן דעם ים-סוףֿ אין שטיקער, װאָרעם אױף אײביק איז זײַן חֶסֶד;
[14] און דורכגעפֿירט יִשׂרָאֵל אין מיטן, װאָרעם אױף אײביק איז זײַן חֶסֶד.
[15] און אַרײַנגעטרײסלט פַּרעהן און זײַן חיל אין ים-סוףֿ, װאָרעם אױף אײביק איז זײַן חֶסֶד.
[16] צו דעם װאָס האָט געפֿירט זײַן פֿאָלק אין דער מדבר, װאָרעם אױף אײביק איז זײַן חֶסֶד.
[17] צו דעם װאָס האָט געשלאָגן גרױסע מלכים, װאָרעם אױף אײביק איז זײַן חֶסֶד;
[18] און געהרגעט שטאַרקע מלכים, װאָרעם אױף אײביק איז זײַן חֶסֶד;
[19] סיחון דער מלך פֿון אֶמוֹרי, װאָרעם אױף אײביק איז זײַן חֶסֶד;
[20] און עוֹג דעם מלך פֿון בָשָן, װאָרעם אױף אײביק איז זײַן חֶסֶד;
[21] און געגעבן זײער לאַנד פֿאַר אַ נחלה, װאָרעם אױף אײביק איז זײַן חֶסֶד;
[22] אַ נחלה פֿאַר יִשׂרָאֵל זײַן קנעכט, װאָרעם אױף אײביק איז זײַן חֶסֶד.
[23] צו דעם װאָס האָט אין אונדזער דערנידערונג געדאַכט אָן אונדז, װאָרעם אױף אײביק איז זײַן חֶסֶד;
[24] און אונדז אױסגעלײזט פֿון אונדזערע דריקער, װאָרעם אױף אײביק איז זײַן חֶסֶד.
[25] װאָס גיט ברױט צו יעטװעדער באַשעפֿעניש, װאָרעם אױף אײביק איז זײַן חֶסֶד.
[26] גיט אַ דאַנק צום אֵל פֿון די הימלען, װאָרעם אױף אײביק איז זײַן חֶסֶד.