[1] פֿון דָוִדן. לױב, מײַן זעל, ה׳, און אַלע מײַנע אינגעװײד, זײַן הײליקן נאָמען.
[2] לױב ה׳, מײַן זעל, און זאָלסט נישט פֿאַרגעסן אַלע זײַנע טובֿות;
[3] דער װאָס פֿאַרגיט אַל די זינד דײַנע, װאָס הײלט אַלע קראַנקשאַפֿטן דײַנע;
[4] װאָס לײזט אױס פֿון גרוב דײַן לעבן, װאָס קרײנט דיך מיט גענאָד און דערבאַרעמונג;
[5] װאָס זעטיקט מיט גוטס דײַן עלטער, װי אַן אָדלער באַנײַט זיך די יוגנט דײַנע.
[6] ה׳ טוט גערעכטיקײטן, און רעכט צו אַלע געדריקטע.
[7] ער האָט געלאָזט װיסן משהן זײַנע װעגן, די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל זײַנע מעשׂים.
[8] ה׳ איז דערבאַרעמדיק און לײַטזעליק, אײַנגעהאַלטן אין צאָרן און רײַך אין גענאָד.
[9] נישט שטענדיק װעט ער קריגן, און נישט אײביק װעט ער האַלטן אַ כּעס.
[10] נישט לױט אונדזערע חטאָים האָט ער אונדז געטאָן, און נישט לױט אונדזערע זינד האָט ער אונדז פֿאַרגאָלטן.
[11] װאָרעם װי דער הימל איז הױך איבער דער ערד, אַזױ איז שטאַרק זײַן חֶסֶד צו די װאָס פֿאָרכטן אים.
[12] װי מזרח איז װײַט פֿון מערבֿ, אַזױ האָט ער דערװײַטערט פֿון אונדז אונדזערע פֿאַרברעכן.
[13] װי אַ פֿאָטער דערבאַרעמט זיך אױף זײַנע קינדער, אַזױ דערבאַרעמט זיך ה׳ אױף די װאָס פֿאָרכטן אים.
[14] װאָרעם ער װײס אונדזער באַשאַפֿונג, ער געדענקט אַז מיר זײַנען שטױב.
[15] דער מענטש – אַזױ װי גראָז זײַנען זײַנע טעג, װי אַ שפּראָצונג פֿון פֿעלד, אַזױ שפּראָצט ער.
[16] װאָרעם אַ װינט גײט אַריבער אױף אים, און ער איז נישטאָ, און זײַן אָרט קען אים נישט מער.
[17] אָבער דער חֶסֶד פֿון ה׳ איז פֿון אײביק ביז אײביק אױף די װאָס פֿאָרכטן אים, און זײַן גערעכטיקײט צו קינדס-קינדער;
[18] צו די װאָס היטן זײַן ברית און צו די װאָס געדענקען זײַנע באַפֿעלן זײ צו טאָן.
[19] ה׳ האָט אין הימל אױפֿגעשטעלט זײַן טראָן, און זײַן מלוכה געװעלטיקט איבער אַלץ.
[20] לױבט ה׳, זײַנע מלאָכים, איר שטאַרקע גיבוֹרים װאָס טוט זײַן װאָרט, בײַם הערן דעם קֹול פֿון זײַן װאָרט.
[21] לױבט ה׳, אַלע זײַנע חײלות, זײַנע משרתים װאָס טוט זײַן רָצון.
[22] לױבט ה׳, אַלע זײַנע װערק, אין אַלע ערטער פֿון זײַן געװעלטיקײט; לױב ה׳, מײַן זעל.