Skip to content
Opens in a new window

[1] טו מיר רעכט, אלֹקים, און קריג מײַן קריג קעגן פֿאָלק אומדערבאַרעמדיק; פֿון דעם מאַן פֿון באַטרוג און אומרעכט זאָלסטו מיך מאַכן אַנטרינען.

[2] דו ביסט דאָך דער אלֹקים פֿון מײַן שטאַרקײט, פֿאַר װאָס האָסטו מיך פֿאַרלאָזן? פֿאַר װאָס מוז איך פֿינצטער אומגײן פֿון װעגן דער דריקונג פֿון שׂונא?

[3] שיק דײַן ליכט און דײַן אמת, זײ זאָלן מיך פֿירן; זײ זאָלן מיך ברענגען צו דײַן הײליקן באַרג, און צו די װױנונגען דײַנע.

[4] און לאָמיך קומען צום מזבח פֿון אלֹקים, צו אֵל, דער פֿרײד פֿון מײַן לוסטיקײט; און לאָמיך דיך לױבן אױף אַ האַרף, אלֹקים מײַן ג-ט.

[5] װאָס ביסטו געבױגן מײַן זעל, און װאָס טוסטו ברומען אין מיר? האָף צו אלֹקים, װאָרעם איך װעל אים נאָך לױבן – די הילף פֿון מײַן פּנים, און מײַן ג-ט.

תְּהִלִּים — Chapters