Skip to content
Opens in a new window

[1] אַ מיזמור פֿון דָוִדן. גענאָד און גערעכטיקײט װעל איך באַזינגען, צו דיר ה׳ װעל איך זינגען.

[2] איך אַכט אױפֿן ערלעכן װעג; װען װעסטו קומען צו מיר? איך גײ אום אין מײַן הױז אין דער ערלעכקײט פֿון מײַן האַרצן.

[3] איך האַלט נישט פֿאַר מײַנע אױגן אַ נידערטרעכטיקע זאַך; דאָס טאָן פֿון די אָפּקערערס האָב איך פֿײַנט, עס טוט זיך נישט באַהעפֿטן אָן מיר.

[4] אַ קרום האַרץ איז אָפּגעטאָן פֿון מיר, פֿון שלעכטיקײט װײס איך נישט.

[5] דער װאָס באַרעדט אין פֿאַרבאָרגעניש זײַן חבֿר, אים האַק איך אָפּ; דער װאָס האָט האָפֿערדיקע אױגן און אַ שטאָלץ האַרץ, אים קען איך נישט לײַדן.

[6] מײַנע אױגן זײַנען אױף די געטרײַע פֿון לאַנד, זײ זאָלן זיצן מיט מיר; דער װאָס גײט אױפֿן װעג פֿון ערלעכקײט, ער איז אין מײַן דינסט.

[7] אין מײַן הױז טאָר נישט זיצן דער װאָס באַגײט באַטרוג; דער װאָס רעדט ליגנס דער װאָס רעדט ליגנס קען נישט באַשטײן פֿאַר מײַנע אױגן.

[8] אַלע פֿרימאָרגן פֿאַרשנײַד איך אַלע רשעים פֿון לאַנד, כּדי צו פֿאַרשנײַדן פֿון ה׳ס שטאָט אַלע טוער פֿון אומרעכט.

תְּהִלִּים — Chapters