[1] בײַ די טײַכן פֿון בָבֿל, דאָרטן זײַנען מיר געזעסן און געװײנט, אַז מיר האָבן זיך דערמאָנט אָן צִיוֹן.
[2] אױף די װערבעס װאָס אין איר האָבן מיר אױפֿגעהאַנגען אונדזערע האַרפֿן;
[3] װאָרעם דאָרטן האָבן אונדזערע פֿאַנגער פֿאַרלאַנגט פֿון אונדז װערטער פֿון געזאַנג, און אונדזערע פּײַניקער, פֿרײלעכקײט: זינגט אונדז פֿון דעם געזאַנג פֿון צִיוֹן.
[4] װי זאָלן מיר זינגען דאָס געזאַנג פֿון ה׳ אױף פֿרעמדער ערד?
[5] אױב איך װעל דיך פֿאַרגעסן, ירושָלַיִם, זאָל מײַן רעכטע האַנט זיך פֿאַרגעסן צו רירן.
[6] זאָל צוגעקלעפּט װערן מײַן צונג צו מײַן גומען, אױב איך װעל דיך נישט געדענקען, אױב איך װעל נישט דערמאָנען ירושָלַיִם אױף מײַן העכסטער שׂימחה.
[7] געדענק, ה׳, די קינדער פֿון אֶדוֹם דעם טאָג פֿון ירושָלַיִם; די װאָס האָבן געזאָגט: װאַרפֿט אײַן, װאַרפֿט אײַן ביז צום גרונט אין איר.
[8] טאָכטער בָבֿל, דו אָנגעברײטע צו פֿאַרװיסטונג, װױל צו דעם װאָס װעט דיר אָפּצאָלן דײַן טוּונג װאָס דו האָסט אונדז געטאָן;
[9] װױל צו דעם װאָס װעט אָננעמען און צעהאַקן דײַנע קלײנע קינדער אָן פֿעלדז.