[1] אַ מיזמור פֿון דָוִדן. ה׳ איז מײַן פּאַסטוך, מיר װעט נישט פֿעלן.
[2] אױף גראָזיקע פֿיטערפּלעצער מאַכט ער מיך לײגן, בײַ רויִקע װאַסערן טוט ער מיך פֿירן.
[3] ער דערקװיקט מײַן זעל; ער פֿירט מיך אין ריכטיקע שטעגן פֿון װעגן זײַן נאָמען.
[4] אַפֿילו אַז איך גײ אין טאָל פֿון טױטשאָטן, האָב איך נישט מורא פֿאַר בײז, װאָרעם דו ביסט מיט מיר; דײַן רוּט און דײַן שטעקן, זײ טוען מיך טרײסטן.
[5] דו גרײטסט פֿאַר מיר אַ טיש אַנטקעגן מײַנע פֿײַנט; האָסט באַזאַלבט מיט אײל מײַן קאָפּ, מײַן כָּוס לױפֿט אַריבער.
[6] נאָר גוטס און גענאָד װעלן מיר נאָכגײן אַלע טעג פֿון מײַן לעבן, און איך װעל זיצן אין ה׳ס הױז אױף לאַנגע טעג.
תְּהִלִּים — Chapters
123456789101112131415161718192021222324252627282930313233343536373839404142434445464748495051525354555657585960616263646566676869707172737475767778798081828384858687888990919293949596979899100101102103104105106107108109110111112113114115116117118119120121122123124125126127128129130131132133134135136137138139140141142143144145146147148149150