Skip to content
Opens in a new window

[1] אַ געזאַנג פֿון די אַרױפֿגאַנגען. פֿיל האָבן זײ מיך געדריקט פֿון מײַן יוגנט – זאָל נון זאָגן יִשׂרָאֵל –

[2] פֿיל האָבן זײ מיך געדריקט פֿון מײַן יוגנט, און האָבן מיך נישט בײַגעקומען.

[3] אױף מײַן רוקן האָבן אַקערער געאַקערט, זײ האָבן לאַנג געמאַכט זײערע בײטן.

[4] ה׳ דער גערעכטער האָט דורכגעהאַקט די שטריק פֿון די רשעים.

[5] זיך שעמען און אָפּטרעטן אַהינטער װעלן אַלע שָׂונאים פֿון צִיוֹן.

[6] זײ װעלן זײַן װי גראָז פֿון דעכער, װאָס אײדער עס איז אַרױס, איז עס פֿאַרטריקנט;

[7] װאָס דער שניטער פֿילט נישט דערמיט זײַן האַנט, און דער גאַרבנבינדער זײַן בוזעם;

[8] און די פֿאַרבײַגײער זאָגן נישט: ג-טס ברכה אױף אײַך! מיר בענטשן אײַך אין נאָמען פֿון ה׳.

תְּהִלִּים — Chapters