Skip to content
Opens in a new window

[1] הַלְלוּ יָהּ. לױב ה׳, מײַן זעל;

[2] איך װעל לױבן ה׳ כּל-זמן איך לעב, איך װעל זינגען צו ה׳ װי לאַנג איך בין.

[3] איר זאָלט אײַך נישט פֿאַרזיכערן אױף פֿירשטן, אױף אַ מענטשנקינד װאָס נישטאָ בײַ אים קײן הילף.

[4] גײט אױס זײַן אָטעם, קערט ער זיך אום צו זײַן שטױב; אין יענעם טאָג גײען אונטער זײַנע טראַכטונגען.

[5] װױל צו דעם װאָס דער אֵל פֿון יעקבֿ איז זײַן הילף, װאָס זײַן אױסקוק איז אױף ה׳ זײַן ג-ט,

[6] װאָס האָט געמאַכט דעם הימל און די ערד, דעם ים, און אַלץ װאָס אין זײ; דער װאָס היט טרײַשאַפֿט אױף אײביק;

[7] װאָס טוט רעכט צו די געדריקטע, װאָס גיט ברױט צו די הונגעריקע. ה׳ בינדט אָפּ די געבונדענע,

[8] ה׳ מאַכט זעעדיק די בלינדע, ה׳ שטעלט אױף די געבױגענע, ה׳ האָט ליב די גערעכטע.

[9] ה׳ באַהיט די פֿרעמדע; דעם יתום און די אַלמנה ריכט ער אױף, און דעם װעג פֿון די רשעים פֿאַרדרײט ער.

[10] ה׳ װעט קיניגן אױף אײביק, דײַן ג-ט, צִיוֹן, אױף דור-דורות. הַלְלוּ יָהּ.

תְּהִלִּים — Chapters