Skip to content
Opens in a new window

[1] פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער; אַ מיזמור פֿון דָוִדן.

[2] די הימלען דערצײלן דעם כּבֿוד פֿון אֵל, און די װערק פֿון זײַנע הענט זאָגט דער הימלװעלב אָן.

[3] אַ טאָג צו אַ טאָג רעדט אַ װאָרט, און אַ נאַכט צו אַ נאַכט גיט צו װיסן,

[4] נישטאָ אַ װאָרט און נישטאָ קײן געשעענישן, װוּ זײער װידער-קֹול װערט נישט געהערט;

[5] איבער דער גאַנצער ערד גײט אַרױס זײער קלאַנג, און ביז עק װעלט זײערע רײד. פֿאַר דער זון האָט ער געמאַכט אַ געצעלט אין זײ;

[6] און ער גײט אַרױס װי אַ חתן פֿון זײַן קאַמער. ער פֿרײט זיך װי אַ גיבור צו לױפֿן דעם װעג.

[7] פֿון עק פֿון די הימלען איז זײַן אױסגאַנג, און זײַן אַרומדרײ איז ביז זײערע עקן, און נישטאָ קײן פֿאַרבאָרגנס פֿון זײַן היץ.

[8] די תּורה פֿון ה׳ איז גאַנץ, זי באַקערט די נשמה; דער צײגנים פֿון ה׳ איז זיכער, ער מאַכט קלוג דעם נאַרן.

[9] די באַפֿעלן פֿון ה׳ זײַנען רעכטפֿאַרטיק, זײ דערפֿרײען דאָס האַרץ; דאָס געבאָט פֿון ה׳ איז לױטער, עס מאַכט ליכטיק די אױגן.

[10] די מורא פֿאַר ה׳ איז רײן, זי באַשטײט אױף אײביק; די משפּטים פֿון ה׳ זײַנען אמת, זײ זײַנען אַלע גערעכט;

[11] זײ זײַנען גלוסטיקער פֿון גאָלד, און פֿון גינגאָלד אַ סך, און זיסער פֿון האָניק, און טריפֿהאָניק.

[12] אױך דײַן קנעכט װערט געװאָרנט אין זײ; אין היטן זײ איז גרױס שׂכַר פֿאַראַן.

[13] פֿאַרזעען װער קען מערקן? פֿון פֿאַרבאָרגענע טו מיך רײניקן.

[14] אױך פֿאַרמײַד דײַן קנעכט פֿון מוטװיליקע, זײ זאָלן נישט געװעלטיקן איבער מיר; דענצמאָל װעל איך גאַנץ זײַן, און װעל רײן זײַן פֿון פֿאַרברעך אַ סך.

[15] זאָלן זײַן צו באַװיליקונג די װערטער פֿון מײַן מױל, און די טראַכטונג פֿון מײַן האַרצן פֿאַר דיר, ה׳ מײַן פֿעלדז, און מײַן דערלײזער.

תְּהִלִּים — Chapters