[1] פֿון דָוִדן אַ באַטראַכטונג. װױל צו דעם װאָס זײַן פֿאַרברעך איז פֿאַרגעבן, װאָס זײַן חטא װערט פֿאַרדעקט.
[2] װױל צו דעם מענטשן װאָס ה׳ רעכנט אים נישט קײן זינד, און אין זײַן גײַסט איז נישטאָ קײן באַטרוג.
[3] אַז איך האָב געשװיגן, האָבן מײַנע בײנער געפֿױלט, פֿון מײַן קרעכצן אַ גאַנצן טאָג.
[4] װאָרעם טאָג און נאַכט פֿלעגט שװער זײַן אױף מיר דײַן האַנט, מײַן זאַפֿט איז פֿאַרביטן געװאָרן װי אין פֿאַרטריקנטע זומעראױפּס. סֶלָה.
[5] האָב איך דיך געלאָזט װיסן מײַן חטא, און מײַן זינד האָב איך נישט פֿאַרדעקט. איך האָב געזאָגט: איך װעל זיך מודה זײַן אױף מײַנע פֿאַרברעכן צו ה׳; און דו האָסט פֿאַרגעבן די שולד פֿון מײַן זינד. סֶלָה.
[6] אױף דעם זאָל איטלעכער פֿרומער מתפּלל זײַן צו דיר, אין דער צײַט װאָס מע קען דיך געפֿינען: אַז די גרױסע װאַסערן פֿלײצן איבער, זאָלן זײ צו אים אָבער נישט דערגרײכן.
[7] דו ביסט מײַן פֿאַרבאָרגעניש, פֿון דעם פֿײַנט באַהיטסטו מיך; מיט געזאַנגען פֿון אַנטרינונג רינגלסטו מיך אַרום. סֶלָה.
[8] איך װעל דיך קלוג מאַכן און דיר װײַזן דעם װעג װאָס דו זאָלסט גײן, איך װעל האַלטן מײַן אױג אױף דיר.
[9] איר זאָלט נישט זײַן װי אַ פֿערד, װי אַ מױלאײזל, אָן פֿאַרשטאַנד, װאָס מיט צאַם און געביס מוז מען אײַנהאַלטן זײַן אימפּעט, אַז מע זאָל נישט קענען גענענען צו דיר.
[10] פֿיל װײטאָגן האָט דער רשע, אָבער דער װאָס פֿאַרזיכערט זיך אױף ה׳, אים װעט אַרומרינגלען גענאָד.
[11] פֿרײט זיך מיט ה׳, און זײַט לוסטיק, צדיקים, און זינגט, אַלע רעכטפֿאַרטיקע הערצער.