Skip to content
Opens in a new window

[1] פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער; פֿון דָוִדן אַ מיזמור, אַ געזאַנג.

[2] אלֹקים װעט אױפֿשטײן, װעלן צעשפּרײט װערן זײַנע פֿײַנט, און זײַנע שָׂונאים װעלן אַנטלױפֿן פֿאַר אים.

[3] װי רױך װערט צעטריבן, װעסטו זײ צעטרײַבן; װי װאַקס צעגײט פֿאַר פֿײַער, װעלן אונטערגײן די רשעים פֿאַר אלֹקים.

[4] און די צדיקים װעלן זיך פֿרײען; זײ װעלן זײַן לוסטיק פֿאַר אלֹקים, און קװעלן מיט שׂימחה.

[5] זינגט צו אלֹקים, באַזינגט זײַן נאָמען, דערהײבט דעם װאָס רײַט דורך די הימלען – ה׳ איז זײַן נאָמען – און פֿרײט זיך פֿאַר אים.

[6] דער פֿאָטער פֿון יתומים, און דער ריכטער פֿון אַלמנות, איז אלֹקים אין זײַן הײליקער װױנונג.

[7] אלֹקים באַזעצט די עלנדע אין אַ הײם, ער ברענגט אַרױס די געפֿאַנגענע אין גליק; נאָר די אָפּקערער בלײַבן אין טריקעניש.

[8] אלֹקים, אַז דו ביסט אַרױסגעגאַנגען פֿאַרױס פֿאַר דײַן פֿאָלק, אַז דו האָסט געשפּרײַזט דורך דער װיסטעניש, סֶלָה,

[9] האָט די ערד געציטערט, אױך די הימלען האָבן געטריפֿט פֿאַר אלֹקים; דער דאָזיקער סינַי – פֿאַר אלֹקים, אלוקי יִשׂרָאֵל.

[10] אַ רעגן פֿון שפֿע האָסטו אַראָפּגעזיפּט, אלֹקים, אַז דײַן נחלה איז פֿאַרשמאַכט געװען, האָסטו זי אױפֿגעריכט.

[11] דײַן סטאַדע האָט זיך באַזעצט דערין; האָסטו אין דײַן גוטסקײט, אלֹקים, אָנגעברײט פֿאַר די אָרימע.

[12] אֲדֹנָי האָט געגעבן דאָס װאָרט – מבֿשׂרות אַ גרױסע מחנה.

[13] מלכים פֿון מחנות לױפֿן-אַנטלױפֿן, און די שטובזיצערין טײלט רױב.

[14] צי װילט איר ליגן צװישן די שאָפֿגעהעפֿטן? די פֿליגלען פֿון דער טױב זײַנען מיט זילבער באַדעקט, און אירע פֿלעדערן מיט גרינלעכן גאָלד.

[15] אַז שַדַי האָט צעשפּרײט די מלכים אין איר, האָט עס געשנײט אױף צלמון.

[16] אַ באַרג פֿון אלֹקים איז באַרג בָשָן, אַ באַרג פֿון שפּיצן איז באַרג בָשָן.

[17] װאָס קוקט איר קרום, איר פֿילשפּיציקע בערג, אױף דעם באַרג װאָס אלֹקים האָט פֿאַר זײַן װױנונג געגלוסט, װוּ ה׳ װעט אױך רוען אױף אײביק?

[18] די רײַטװעגן פֿון אלֹקים זײַנען צענטױזנטן, טױזנטן אױף טױזנטן; אֲדֹנָי איז צװישן זײ װי אױף סינַי אין הײליקײט.

[19] ביסט אַרױפֿגעגאַנגען אין דער הײך, האָסט געפֿאַנגען אַ געפֿאַנג, האָסט גענומען מתָּנות אין מענטשן; אַז אױך צװישן די אָפּקערער זאָל רוען ה׳ אלֹקים.

[20] געלױבט איז אֲדֹנָי, טאָג פֿאַר טאָג טוט ער אונדז טראָגן; אֵל איז אונדזער ישועה. סֶלָה.

[21] הָאֵל איז אונדז אַן אֵל פֿון ישועות, און בײַ ה׳ אֲדֹנָי זײַנען די אױסװעגן פֿון טױט.

[22] פֿאַר װאָר, אלֹקים װעט צעלעכערן דעם קאָפּ פֿון זײַנע פֿײַנט, דעם האָריקן שאַרבן פֿון דעם װאָס גײט אין זײַנע זינד.

[23] אֲדֹנָי זאָגט: פֿון בָשָן װעל איך אומקערן, איך װעל אומקערן פֿון די טיפֿענישן פֿון ים;

[24] כּדי זאָלסט טונקען אין בלוט דײַן פֿוס, די צונג פֿון דײַנע הינט זאָל האָבן איר חלק פֿון די פֿײַנט.

[25] מע קוקט-צו דײַנע גײונגען, אלֹקים, די גײונגען צו מײַן אֵל, מײַן קיניג, אין הײליקטום.

[26] פֿאַרױס גײען די זינגער, נאָך דעם די שפּילער, אין מיטן פֿון יונגפֿרױען װאָס פּױקלען.

[27] אין געזעמלען לױבט אלֹקים, לױבט דעם האַר ה׳, איר פֿון קװאַל פֿון יִשׂרָאֵל.

[28] אָן איז בנימין דער ייִנגסטער, זײער געװעלטיקער, די האַרן פֿון יהוּדה מיט זײער מחנה, די האַרן פֿון זבֿולון, די האַרן פֿון נַפֿתָּלי.

[29] דײַן ג-ט זאָל באַפֿעלן דײַן שטאַרקײט; שטאַרק זיך, אלֹקים, דו װאָס האָסט געטאָן פֿאַר אונדז.

[30] פֿון דײַן הֵיכל אין ירושָלַיִם; זאָלן מלכים דיר ברענגען מתָּנות.

[31] שרײַ אָן אױף דער חיה פֿונעם װאַסערראָר, אױפֿן געזעמל אָקסן מיט די קעלבער-פֿעלקער, זײ זאָלן זיך צו די פֿיס װאַרפֿן מיט זילבערשטיקער; ער זאָל צעשפּרײטן די אומות װאָס באַגערן מלחמות.

[32] שׂרָרות זאָלן קומען פֿון מִצרַיִם, כּוּש זאָל אױסשטרעקן אירע הענט צו אלֹקים.

[33] איר קיניגרײַכן פֿון דער ערד, זינגט צו אלֹקים, שפּילט צו אֲדֹנָי, סֶלָה;

[34] צו דעם װאָס רײַט אױף די אוראַלטע הימלען פֿון די הימלען; זע, ער לאָזט אַרױס זײַן קֹול, אַ מאַכטיקן קֹול.

[35] גיט שטאַרקײט צו אלֹקים; איבער יִשׂרָאֵל איז זײַן גרױסקײט, און זײַן שטאַרקײט אין די װאָלקנס.

[36] אלֹקים איז פֿאָרכטיק פֿון דײַנע הײליקטומען; אֵל פֿון יִשׂרָאֵל, ער גיט שטאַרקײט און מאַכט צום פֿאָלק; געלױבט איז אלֹקים.

תְּהִלִּים — Chapters