Skip to content
Opens in a new window

[1] אַ לױבונג פֿון דָוִדן. איך װעל דיך דערהײבן, מײַן ג-ט דער קיניג, און בענטשן דײַן נאָמען אײביק און שטענדיק.

[2] אַלע טאָג װעל איך דיך בענטשן, און רימען דײַן נאָמען אײביק און שטענדיק.

[3] גרױס איז ה׳ און זײער גערימט, און זײַן גרױסקײט איז נישט צו דערפֿאָרשן.

[4] אַ דור צו אַ דור װעט לױבן דײַנע מעשׂים, און דײַנע גבֿורות װעלן זײ אָנזאָגן.

[5] די פּראַכטיקע שײנקײט פֿון דײַן גלאַנץ, און די מעשׂיות פֿון דײַנע װוּנדער װעל איך דערצײלן.

[6] און פֿון דער שטאַרקײט פֿון דײַנע פֿאָרכטיקע אױפֿטוען װעט מען רעדן, און דײַן גרױסקײט, זי װעל איך פֿאַרצײלן.

[7] די דערמאָנונג פֿון דײַן גרױס גוטסקײט װעט מען אַרױסזאָגן, און דײַן גערעכטיקײט װעט מען באַזינגען.

[8] לײַטזעליק און דערבאַרעמדיק איז ה׳, אײַנגעהאַלטן אין צאָרן און גרױס אין גענאָד.

[9] גוט איז ה׳ צו אַלעמען, און זײַן רַחמָנות איז אױף אַלע זײַנע װערק.

[10] דיך װעלן לױבן, ה׳, אַלע דײַנע װערק, און דײַנע פֿרומע װעלן דיך בענטשן.

[11] די פּראַכט פֿון דײַן מלוכה װעלן זײ דערצײלן, און פֿון דײַן גבֿורה װעלן זײ רעדן;

[12] צו לאָזן װיסן די מענטשנקינדער זײַנע גבֿורות, און די פּראַכטיקע שײנקײט פֿון זײַן מלוכה.

[13] דײַן מלוכה איז די מלוכה פֿון אַלע אײביקײטן, און דײַן געװעלטיקונג איז אין אַלע דור-דורות.

[14] ה׳ לענט אונטער אַלע געפֿאַלענע, און שטעלט אױף אַלע געבױגענע.

[15] די אױגן פֿון אַלעמען קוקן אױס אױף דיר, און דו גיסט זײ זײער עסן אין זײַן צײַט.

[16] עפֿנסט דײַן האַנט, און זעטיקסט יעטװעדער לעבעדיקן מיט גוטװיליקײט.

[17] גערעכט איז ה׳ אין אַלע זײַנע װעגן, און גענאָדיק אין אַלע זײַנע מעשׂים.

[18] ה׳ איז נאָנט צו אַלע װאָס רופֿן אים, צו אַלע װאָס רופֿן אים מיט אמת.

[19] ער טוט דעם רָצון פֿון די װאָס פֿאָרכטן אים, און זײער געשרײ הערט ער צו, און העלפֿט זײ.

[20] ה׳ באַהיט אַלע װאָס האָבן אים ליב, און אַלע רשעים װעט ער פֿאַרטיליקן.

[21] דעם לױב פֿון ה׳ זאָל רעדן מײַן מױל, און יעטװעדער לײַב זאָל בענטשן זײַן הײליקן נאָמען אײביק און שטענדיק.

תְּהִלִּים — Chapters