Skip to content
Opens in a new window

[1] אַ געזאַנג פֿון די אַרױפֿגאַנגען. אַז ה׳ האָט אומגעקערט די אומקערונג פֿון צִיוֹן, זײַנען מיר געװען װי אין חלום.

[2] דענצמאָל איז פֿול געװאָרן אונדזער מױל מיט געלעכטער, און אונדזער צונג מיט געזאַנג; דענצמאָל האָט מען געזאָגט צװישן די פֿעלקער: גרױס געטאָן האָט ה׳ מיט די דאָזיקע.

[3] גרױס געטאָן האָט ה׳ מיט אונדז, מיר זײַנען דערפֿרײט געװאָרן.

[4] ריכט אונדז, ה׳, װידער אױף. װי שטראָמען אין טרוקענעם לאַנד.

[5] די װאָס זײען מיט טרערן, זאָלן שנײַדן מיט געזאַנג.

[6] גײן גײט און װײנט דער װאָס טראָגט דעם אױסשיט פֿון זריעה, אָבער קומען זאָל קומען מיט געזאַנג דער װאָס טראָגט זײַנע גאַרבן.

תְּהִלִּים — Chapters