[1] פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער; אַל-תַּשחֵת; פֿון דָוִדן אַ מִכתָּם, װען שָאול האָט געשיקט, און מע האָט געהיט דאָס הױז, כּדי אים צו טײטן.
[2] זײַ מיך מציל פֿון מײַנע פֿײַנט, מײַן ג-ט, פֿון די װאָס שטײען אָן אױף מיר זאָלסטו מיך באַשיצן.
[3] זײַ מיך מציל פֿון די װאָס טוען אומרעכט, און פֿון בלוטיקע לײַט טו מיך העלפֿן.
[4] װאָרעם זע, זײ האָבן געלױערט אױף מײַן זעל; עס קלײַבן זיך די פֿאַרשײַטע אױף מיר; נישט פֿאַר מײַן פֿאַרברעך און נישט פֿאַר מײַן חטא, ה׳.
[5] אָן אַ זינד פֿון מיר, לױפֿן זײ און ברײטן זיך אָן; דערװעק זיך מיר אַנטקעגן, און זע.
[6] דו ביסט דאָך ה׳ אלֹקים צבָֿאוֹת, אלוקי יִשׂרָאֵל, װאַך אױף זיך צו רעכענען מיט אַלע פֿעלקער; נישט לײַטזעליקן זאָלסטו אַלע אומגערעכטע פֿעלשער. סֶלָה.
[7] אַלע אָװנט קומען זײ װידער, זײ װױען װי אַ הונט, און דרײען זיך אום אין שטאָט.
[8] זע, זײ גײַװערען מיט זײער מױל; שװערדן זײַנען אין זײערע ליפּן; װאָרעם: װער הערט דען?
[9] אָבער דו ה׳ טוסט לאַכן פֿון זײ, טוסט שפּאָטן פֿון אַלע פֿעלקער.
[10] קעגן זײַן שטאַרקײט האַר איך אױף דיר; װאָרעם אלֹקים איז מײַן פֿעסטונג.
[11] דער ג-ט פֿון מײַן גענאָד װעט מיר אַנטקעגן קומען, אלֹקים װעט מיך לאָזן זען אױף מײַנע לױערער.
[12] נישט הרגען זאָלסטו זײ, כּדי מײַן פֿאָלק זאָל נישט פֿאַרגעסן; צעטרײסל זײ מיט דײַן מאַכט, און װאַרף זײ אַנידער, אָ אֲדֹנָי אונדזער שילד.
[13] פֿאַר דער זינד פֿון זײער מױל, דעם גערײד פֿון זײערע ליפּן, זאָלן זײ באַצװוּנגען װערן אין זײער גאװה, און פֿאַר די קללות און פֿאַר די ליגנס װאָס זײ רעדן.
[14] פֿאַרלענד אין גרימצאָרן, פֿאַרלענד אַז זײ זאָלן מער נישט זײַן, און זאָל מען װיסן אַז אלֹקים געװעלטיקט אין יעקבֿ, ביז די עקן פֿון דער ערד. סֶלָה.
[15] יאָ, אַלע אָװנט קומען זײ װידער, זײ װױען װי אַ הונט, און דרײען זיך אום אין שטאָט.
[16] זײ װאַנדערן אַרום צו פֿאַרצערן, און בלײַבן אַ גאַנצע נאַכט ביז זײ װערן נישט זאַט.
[17] אָבער איך װעל באַזינגען דײַן שטאַרקײט, און װעל שאַלן פֿרימאָרגנס דײַן חֶסֶד. װאָרעם דו ביסט מיר געװען אַ פֿעסטונג, און אַן אַנטרינונג אין טאָג פֿון מײַן נױט.
[18] מײַן שטאַרקײט, צו דיר װעל איך זינגען, װאָרעם אלֹקים איז מײַן פֿעסטונג, דער אלֹקים פֿון מײַן גענאָד.