[1] ה׳ דו אֵל פֿון נקמות, ה׳ פֿון נקמות, שײַן אַרױס!
[2] דערהײב זיך, דו ריכטער פֿון דער ערד, קער אום פֿאַרגעלטונג צו די שטאָלצע.
[3] ביז װאַנען װעלן די רשעים, ה׳, ביז װאַנען װעלן די רשעים זיך פֿרײען?
[4] זײ גאַװערן, זײ רעדן פֿאַרשײַט, זײ רימען זיך, אַלע טוער פֿון אומרעכט.
[5] דײַן פֿאָלק, ה׳, צעדריקן זײ, און זײ פּײַניקן דײַן אַרב.
[6] די אַלמנה און דעם פֿרעמדן הרגען זײ, און יתומים טײטן זײ.
[7] און זײ זאָגן: ה׳ װעט נישט זען, און דער אלוקי יעקבֿ װעט נישט מערקן.
[8] באַטראַכט, איר פֿאַרגרעבטע אין פֿאָלק, און איר נאַרן, װען װעט איר קלוג װערן?
[9] דער װאָס פֿלאַנצט דאָס אױער, צי װעט ער נישט הערן? דער װאָס פֿורעמט דאָס אױג, צי װעט ער נישט זען?
[10] דער װאָס װאָרנט די פֿעלקער, צי װעט ער נישט שטראָפֿן? ער װאָס לערנט דעם מענטשן װיסן.
[11] ה׳ װײס די מחשבֿות פֿון דעם מענטשן, אַז זײ זײַנען נישטיק.
[12] װױל איז דעם מאַן װאָס ה׳ שטראָפֿט, און פֿון דײַן תּורה טוסטו אים לערנען;
[13] כּדי אים צו באַרוען אין טעג פֿון בײז, ביז אַ גרוב װעט געגראָבן װערן פֿאַרן רשע.
[14] װאָרעם ה׳ װעט נישט אַװעקװאַרפֿן זײַן פֿאָלק, און זײַן אַרב נישט פֿאַרלאָזן.
[15] װאָרעם צום גערעכטן װעט זיך אומקערן דאָס רעכט, און נאָך אים װעלן גײן אַלע רעכטפֿאַרטיקע הערצער.
[16] װער װעט אױפֿשטײן פֿאַר מיר אַקעגן די שלעכטסטוער? װער װעט זיך שטעלן פֿאַר מיר אַקעגן די טוער פֿון אומרעכט?
[17] װען נישט ה׳ װאָלט מיר אַ הילף געװען, װאָלט שיר גערוט אין שטילן קבֿר מײַן זעל.
[18] װען איך זאָג: מײַן פֿוס גליטשט זיך אױס, לענט מיך אונטער, ה׳, דײַן חֶסֶד.
[19] בײַ מײַנע פֿיל זאָרגענישן אין מיר, קװיקן דײַנע טרײסטונגען מײַן זעל.
[20] קען זיך חבֿרן צו דיר דער טראָן פֿון פֿאַרברעכן, װאָס פֿורעמט אומגליק דורך געזעץ?
[21] זײ קלײַבן זיך אױף דעם נפֿש פֿון צדיק, און אומשולדיק בלוט פֿאַרמשפּטן זײ.
[22] אָבער ה׳ איז מיר געװען פֿאַר אַ פֿעסטונג, און מײַן ג-ט צום פֿעלדז פֿון מײַן באַשיצונג.
[23] און ער האָט אומגעקערט אױף זײ זײער אומרעכט, און דורך זײער בײז טוט ער זײ פֿאַרשנײַדן; פֿאַרשנײַדן טוט זײ ה׳ אלוקינו.