Skip to content
Opens in a new window

[1] פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער; אױף מַחלַת; אַ באַטראַכטונג פֿון דָוִדן.

[2] דער נאַר זאָגט אין זײַן האַרצן: נישטאָ קײן אלֹקים! פֿאַרדאָרבן זײַנען זײ, און מיאוסע אומרעכט טוען זײ; קײנער טוט נישט קײן גוטס.

[3] אלֹקים האָט פֿון הימל געלוגט אױף די מענטשנקינדער, צו זען אױב פֿאַראַן אַ פֿאַרשטאַנדיקער װאָס זוכט אלֹקים.

[4] איטלעכער איז אָפּגעפֿאַלן, אַלע זײַנען זײ פֿאַרדאָרבן, קײנער טוט נישט קײן גוטס, נישט צו מאָל אײנער.

[5] פֿאַר װאָר, האָט דען קיינער נישט פֿאַרשטאַנען פֿון די װאָס טאָן אומרעכט, װעלכע עסן מײַן פֿאָלק אַזוי װי זײ עסן ברויט, און רופֿן נישט צו אלֹקים?

[6] אָן אַנגסטן זײ אין אַנגסט, װוּ קײן אַנגסט איז נישט געװען, װאָרעם אלֹקים האָט צעשאָטן די בײנער פֿון דײַן באַלעגערער; האָסט זײ געמאַכט צו שאַנד, װײַל אלֹקים האָט זײ פֿאַראַכט.

[7] װען קומט פֿון צִיוֹן די ישועה פֿון יִשׂרָאֵל? װען אלֹקים קערט אום די געפֿאַנגענשאַפֿט פֿון זײַן פֿאָלק, װעט לוסטיק זײַן יעקבֿ, װעט זיך פֿרײען יִשׂרָאֵל.

תְּהִלִּים — Chapters