[1] פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער; פֿון דָוִדן. דער נאַר זאָגט אין זײַן האַרצן: נישטאָ קײן אלֹקים! פֿאַרדאָרבן זײַנען זײ, אומװערדיק באַגײען זײ זיך, קײנער טוט נישט קײן גוטס.
[2] ה׳ האָט פֿון הימל געלוגט אױף די מענטשנקינדער, צו זען אױב פֿאַראַן אַ פֿאַרשטאַנדיקער װאָס זוכט אלֹקים.
[3] איטלעכער איז אָפּגעקערט, אַלע זײַנען זײ פֿאַרדאָרבן, קײנער טוט נישט קײן גוטס, נישט צו מאָל אײנער.
[4] פֿאַר װאָר, דערשפּירן װעלן אַלע טוער פֿון אומרעכט, די װאָס עסן מײַן פֿאָלק װי מע עסט ברױט, די װאָס רופֿן נישט ה׳.
[5] אָן אַנגסטן זײ אין אַנגסט, װאָרעם אלֹקים איז מיט דעם גערעכטן דור.
[6] די טראַכטונג פֿון אָרעמאַן מאַכט איר צו שאַנד, אָבער ה׳ איז זײַן באַשיצונג.
[7] װען קומט פֿון צִיוֹן די ישועה פֿון יִשׂרָאֵל! װען ה׳ קערט אום די געפֿאַנגענשאַפֿט פֿון זײַן פֿאָלק, װעט לוסטיק זײַן יעקבֿ, װעט זיך פֿרײען יִשׂרָאֵל.