[1] פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער; אַ מיזמור פֿון דָוִדן.
[2] אין דיר, ה׳, טו איך מיך שיצן, לאָמיך נישט פֿאַרשעמט װערן קײן מאָל; אין דײַן גערעכטיקײט מאַך מיך אַנטרינען.
[3] נײַג צו דײַן אױער צו מיר, זײַ מיך מציל געשװינט; זײַ מיר פֿאַר אַ פֿעלדז פֿון באַשיצונג, פֿאַר אַ באַפֿעסטיקט הױז מיך צו העלפֿן.
[4] װאָרעם דו ביסט מײַן פֿעלדז און מײַן פֿעסטונג, און פֿון דײַן נאָמען װעגן זאָלסטו מיך פֿירן און מיך באַלײטן.
[5] זאָלסט מיך אַרױסציען פֿון דער נעץ װאָס זײ האָבן מיר אונטערגעלײגט, װאָרעם דו ביסט מײַן באַשיצונג,
[6] אין דײַן האַנט גיב איך איבער מײַן גײַסט; װעסט מיך אױסלײזן, ה׳, דו אֵל געטרײַער.
[7] איך האָב פֿײַנט די װאָס האַלטן זיך אָן פֿאַלשע נישטיקײטן, װאָרעם איך האָב מיך אױף ה׳ פֿאַרזיכערט.
[8] איך פֿרײ זיך און בין לוסטיק מיט דײַן חֶסֶד, װאָרעם האָסט געזען מײַן פּײַן, האָסט געמערקט די צרות פֿון מײַן זעל.
[9] און האָסט מיך נישט איבערגעענטפֿערט אין דער האַנט פֿונעם פֿײַנט; האָסט געשטעלט מײַנע פֿיס אין דערברײטערניש.
[10] לײַטזעליק מיך, ה׳, װאָרעם מיר איז ענג, מאַט געװאָרן פֿון ערגערניש איז מײַן אױג, מײַן זעל און מײַן לײַב.
[11] װאָרעם פֿאַרגאַנגען איז אין קומער מײַן לעבן, און מײַנע יאָרן אין זיפֿצעניש; אָפּגעפֿאַלן פֿון װעגן מײַנע זינד איז מײַן כּוֹח, און מײַנע בײנער זײַנען מאַט געװאָרן.
[12] פֿון װעגן אַלע מײַנע פֿײַנט בין איך געװאָרן צו חרפּה, און בײַ מײַנע שכנים, ביז גאָר, און אַ גרױל בײַ מײַנע באַקאַנטע; די װאָס זעען מיך אין גאַס, װײַכן פֿון מיר.
[13] איך בין פֿאַרגעסן געװאָרן װי אַ טױטער אױסן האַרצן, איך בין געװאָרן װי אַ פֿאַרדאָרבן געפֿעס.
[14] װאָרעם איך האָב געהערט דאָס גערײד פֿון פֿיל – אַ שרעק רונד אַרום; אַז זײ עֵצהן זיך מיט אַנאַנדער אױף מיר, טראַכטן זײ מײַן לעבן צו נעמען.
[15] אָבער איך פֿאַרזיכער מיך אױף דיר, ה׳, איך זאָג: מײַן ג-ט ביסט דו.
[16] אין דײַן האַנט זײַנען מײַנע צײַטן, זײַ מיך מציל פֿון דער האַנט פֿון מײַנע פֿײַנט, און פֿון מײַנע נאָכיאָגער.
[17] דערלײַכט דײַן פּנים אױף דײַן קנעכט, העלף מיך אין דײַן גענאָד.
[18] ה׳, נישט לאָמיך פֿאַרשעמט װערן, װאָרעם איך האָב דיך גערופֿן; זאָלן פֿאַרשעמט װערן די רשעים, זאָלן זײ אַנטשװיגן װערן אין שְׁאֹול.
[19] זאָלן שטום װערן די ליפּן פֿון ליגן, װאָס רעדן אױפֿן צדיק פֿאַרשײַט, מיט גאװה און פֿאַראַכטעניש.
[20] װי גרױס איז דײַן גוטס, װאָס דו האָסט באַהאַלטן פֿאַר די װאָס פֿאָרכטן דיך, געמאַכט פֿאַר די װאָס שיצן זיך אין דיר אַקעגן די מענטשנקינדער!
[21] פֿאַרבאָרגסט זײ אין דער פֿאַרבאָרגעניש פֿון דײַן פּנים, פֿון די באַנדעס מענטשן; באַהאַלטסט זײ אין אַ בײַדל, פֿון דעם קריג פֿון די צינגער.
[22] ברוך ה׳, װאָס האָט װוּנדערלעך באַװיזן זײַן חֶסֶד צו מיר אין דער באַלעגערטער שטאָט.
[23] און איך האָב געװעסט געזאָגט אין מײַן האַסט: איך בין פֿאַרשניטן פֿון קעגן דײַנע אױגן. אָבער האָסט געהערט דעם קֹול פֿון מײַנע געבעטן, אַז איך האָב געשריִען צו דיר.
[24] האָט ליב ה׳, איר אַלע זײַנע פֿרומע; די געטרײַע טוט אָפּהיטן ה׳, און באַצאָלט מיט אַן איבערמאָס דעם װאָס טוט האָפֿערדיק.
[25] זײַט שטאַרק, און זאָל פֿעסט זײַן אײַער האַרץ, איר אַלע װאָס האָפֿט צו ה׳.