[1] אַ מיזמור פֿון דָוִדן, װען ער איז געװען אין דער מדבר פֿון יהוּדה.
[2] אלֹקים, דו ביסט אֵלי, דיך טו איך זוכן; נאָך דיר דאָרשט מײַן זעל, צו דיר געלוסט מײַן לײַב, אין אַ לאַנד פֿון טריקעניש, און אַ פֿאַרשמאַכטער אָן װאַסער.
[3] אַזױ האָב איך אױסגעקוקט אױף דיר, אין הײליקטום צו זען דײַן שטאַרקײט און דײַן כּבֿוד.
[4] װאָרעם דײַן חֶסֶד איז בעסער פֿון לעבן; מײַנע ליפּן װעלן דיך לױבן.
[5] אַזױ װעל איך דיך בענטשן דורך מײַן לעבן; אין דײַן נאָמען װעל איך אױפֿהײבן מײַנע הענט.
[6] װי מיט פֿעטס און מאַרך איז זאַט מײַן זעל, און מיט זינגעדיקע ליפּן טוט לױבן מײַן מױל,
[7] אַז איך דערמאָן דיך אױף מײַן געלעגער, אַז איך טראַכט אָן דיר אין די װאַכן פֿון דער נאַכט.
[8] װאָרעם ביסט מיר אַ הילף געװען, און אין שאָטן פֿון דײַנע פֿליגלען טו איך זינגען.
[9] מײַן זעל איז באַהעפֿט נאָך דיר; דײַן רעכטע האַנט לענט מיך אונטער.
[10] און די װאָס זוכן מײַן זעל אױף אומצוברענגען, װעלן אַרײַן אין די טיפֿענישן פֿון דער ערד.
[11] מע װעט זײ שלײַדערן אין מאַכט פֿון דער שװערד; דער חלק פֿון פֿיקס װעלן זײ זײַן.
[12] אָבער דער מלך װעט זיך פֿרײען מיט אלֹקים; רימען װעט זיך איטלעכער װאָס שװערט בײַ אים; װאָרעם פֿאַרשטאָפּט װערן װעט דאָס מױל פֿון די ליגנזאָגער.