[1] װױל צו די װאָס זײער װעג איז ערלעך, װאָס גײען אין דער תּורה פֿון ה׳.
[2] װױל צו די װאָס היטן זײַנע צײגנים, װאָס זוכן אים מיטן גאַנצן האַרצן,
[3] און זײ טוען נישט קײן אומרעכט, זײ גײען אין זײַנע װעגן.
[4] האָסט געבאָטן דײַנע באַפֿעלן, זײ אָפּצוהיטן זײער.
[5] הלװאַי זאָלן פֿעסט זײַן מײַנע װעגן, צו היטן דײַנע געזעצן.
[6] דענצמאָל װעל איך זיך נישט שעמען. װען איך קוק אױף אַלע דײַנע געבאָט.
[7] איך װעל דיך לױבן מיט רעכטפֿאַרטיקײט פֿון האַרצן, װען איך לערן דײַנע גערעכטע משפּטים.
[8] דײַנע געזעצן װעל איך היטן; זאָלסט מיך נישט פֿאַרלאָזן ביז גאָר. ב
[9] מיט װאָס קען אַ יונגער מענטש האַלטן רײן זײַן װעג, צו זײַן אָפּגעהיט לױט דײַן װאָרט?
[10] מיט מײַן גאַנצן האַרצן האָב איך דיך געזוכט; לאָז מיך נישט אַװעקבלאָנדזשען פֿון דײַנע געבאָט.
[11] אין מײַן האַרצן האָב איך באַהאַלטן דײַן װאָרט, כּדי איך זאָל נישט זינדיקן צו דיר.
[12] געלױבט ביסטו, ה׳; לערן מיך דײַנע געזעצן.
[13] מיט מײַנע ליפּן האָב איך דערצײלט אַלע משפּטים פֿון דײַן מױל.
[14] מיט דעם װעג פֿון דײַנע צײגנים האָב איך מיך געפֿרײט װי מיט אַלע עשירות.
[15] איך טראַכט אָן דײַנע באַפֿעלן, און איך קוק אױף דײַנע װעגן.
[16] מיט דײַנע געזעצן קװיק איך מיך, איך פֿאַרגעס נישט דײַן װאָרט. ג
[17] באַשער דײַן קנעכט, איך זאָל לעבן, און איך װעל היטן דײַן װאָרט.
[18] אַנטפּלעק מײַנע אױגן, איך זאָל זען די װוּנדער פֿון דײַן תּורה.
[19] אַ פֿרעמדער בין איך אױף דער ערד; נישט פֿאַרבאָרג פֿון מיר דײַנע געבאָט.
[20] צעבראָכן איז מײַן זעל פֿון גלוסטעניש נאָך דײַנע משפּטים אין יעטװעדער צײַט.
[21] שרײַסט אָן אױף די פֿאַרשאָלטענע מוטװיליקע, װאָס בלאָנדזשען אַװעק פֿון דײַנע געבאָט.
[22] קײַקל אַראָפּ פֿון מיר שאַנד און בזיון, װאָרעם דײַנע צײגנים האָב איך געהיט.
[23] הגם האַרן זיצן און רעדן קעגן מיר, טראַכט דײַן קנעכט אָן דײַנע געזעצן,
[24] יאָ, דײַנע צײגנים זײַנען מײַן קװיקונג, די עצה-געבער מײַנע. ד
[25] באַהעפֿט צום שטױב איז מײַן זעל; לעב מיך אױף לױט דײַן װאָרט.
[26] איך האָב דערצײלט מײַנע װעגן, און דו האָסט מיר געענטפֿערט. לערן מיך דײַנע געזעצן.
[27] דעם װעג פֿון דײַנע באַפֿעלן מאַך מיך פֿאַרשטײן, און איך װעל רעדן פֿון דײַנע װוּנדער.
[28] מײַן זעל טרערט פֿון קומער; ריכט מיך אױף לױט דײַן װאָרט.
[29] דעם װעג פֿון ליגן טו אָפּ פֿון מיר, און מיט דײַן תּורה לײַטזעליק מיך.
[30] דעם דרך אמוּנה האָב איך אױסגעװײלט, דײַנע משפּטים האָב איך געהאַלטן פֿאַר מיר.
[31] איך בין באַהעפֿט אָן דײַנע צײגנים; ה׳, זאָלסט מיך נישט פֿאַרשעמען.
[32] אין דעם װעג פֿון דײַנע געבאָט טו איך לױפֿן, װאָרעם דו דערברײטערסט מײַן האַרץ. ה
[33] לערן מיך, ה׳, דעם װעג פֿון דײַנע געזעצן, און איך װעל אים היטן ביז לעצט.
[34] מאַך מיך פֿאַרשטײן, כּדי איך זאָל היטן דײַן תּורה, און זי האַלטן מיטן גאַנצן האַרצן.
[35] פֿיר מיך אין דעם שטעג פֿון דײַנע געבאָט, װאָרעם נאָך אים האָב איך געגאַרט.
[36] נײַג מײַן האַרץ צו דײַנע צײגנים, און נישט צו גײַציקײט.
[37] נעם אַװעק מײַנע אױגן פֿון קוקן אױף נישטיקײט; אין דײַנע װעגן לעב מיך אױף.
[38] זײַ מקײם צו דײַן קנעכט דײַן צוזאָג װאָס צו דײַנע פֿאָרכטער.
[39] טו אָפּ מײַן שאַנד װאָס איך שרעק מיך דערפֿאַר, װאָרעם דײַנע משפּטים זײַנען גוט.
[40] זע, איך האָב געשמאַכט נאָך דײַנע באַפֿעלן; אין דײַן גערעכטיקײט לעב מיך אױף. ו
[41] און זאָלן קומען דײַנע חסדים אױף מיר, ה׳, דײַן הילף לױט דײַן צוזאָג,
[42] אַז איך זאָל קענען ענטפֿערן מײַן לעסטערער אַ װאָרט; װאָרעם איך האָב מיך פֿאַרזיכערט אױף דײַן װאָרט.
[43] און זאָלסט נישט אָפּרײַסן אין גאַנצן פֿון מײַן מױל דאָס װאָרט פֿון אמת, װאָרעם אױף דײַנע משפּטים האָב איך געהאַרט.
[44] און איך װעל תּמיד היטן דײַן תּורה, אױף אײביק און שטענדיק.
[45] און לאָמיך אומגײן אין דערברײטערניש װאָרעם דײַנע באַפֿעלן האָב איך געזוכט.
[46] און איך װעל רעדן פֿון דײַנע צײגנים פֿאַר מלכים, און איך װעל מיך נישט שעמען.
[47] און איך װעל מיך קװיקן מיט דײַנע געבאָט װאָס איך האָב ליב.
[48] און איך װעל אױפֿהײבן מײַנע הענט צו דײַנע געבאָט װאָס איך האָב ליב, און איך װעל טראַכטן אָן דײַנע געזעצן. ז
[49] געדענק דאָס װאָרט צו דײַן קנעכט, װעדליק דו האָסט מיך געמאַכט האָפֿן.
[50] דאָס איז מײַן טרײסט אין מײַן פּײַן, װאָס דײַן צוזאָג לעבט מיך אױף.
[51] די מוטװיליקע האָבן געשפּעט פֿון מיר זײער – פֿון דײַן תּורה האָב איך זיך נישט אָפּגענײגט.
[52] איך האָב געדאַכט, ה׳, אָן דײַנע משפּטים פֿון אײביק אָן, און איך האָב מיך געטרײסט.
[53] אַ ברענעדיקער צאָרן האָט מיך אָנגענומען, פֿון װעגן די רשעים װאָס פֿאַרלאָזן דײַן תּורה.
[54] געזאַנגען זײַנען מיר געװען דײַנע געזעצן אין הױז פֿון מײַן פֿאַרפֿרעמדטקײט.
[55] איך האָב דערמאָנט בײַ נאַכט דײַן נאָמען, ה׳, און איך האָב געהיט דײַן תּורה.
[56] דאָס האָב איך געהאַט: װאָס איך האָב געהאַלטן דײַנע באַפֿעלן. ח
[57] מײַן טײל, ה׳, האָב איך געזאָגט, איז צו היטן דײַנע װערטער.
[58] איך האָב געבעטן בײַ דיר מיטן גאַנצן האַרצן: לײַטזעליק מיך לױט דײַן צוזאָג.
[59] איך האָב באַרעכנט מײַנע װעגן, און געקערט מײַנע פֿיס צו דײַנע צײגנים.
[60] איך האָב זיך געאײַלט און נישט געזאַמט צו היטן דײַנע געבאָט.
[61] די שטריק פֿון די רשעים האָבן מיך אַרומגעקניפּט – דײַן תּורה האָב איך נישט פֿאַרגעסן.
[62] האַלבע נאַכט שטײ איך אױף דיר צו דאַנקען פֿאַר דײַנע גערעכטע משפּטים.
[63] אַ חבֿר בין איך צו אַלע װאָס פֿאָרכטן דיך, און צו די װאָס היטן דײַנע באַפֿעלן.
[64] דײַן חֶסֶד, ה׳, איז פֿול די ערד; לערן מיך דײַנע געזעצן. ט
[65] האָסט געטאָן גוטס מיט דײַן קנעכט, ה׳, לױט דײַן װאָרט.
[66] װױלפֿאַרשטאַנדיקײט און װיסן לערן מיך, װאָרעם איך גלױב אין דײַנע געבאָט.
[67] אײדער איך האָב געליטן פֿלעג איך פֿאַרזען, אָבער אַצונד טו איך היטן דײַן װאָרט.
[68] אַ גוטער ביסטו און אַ באַגיטיקער; לערן מיך דײַנע געזעצן.
[69] די מוטװיליקע האָבן אָנגעשמירט אױף מיר ליגן; איך היט מיטן גאַנצן האַרצן דײַנע באַפֿעלן.
[70] פֿאַרשטאָפּט װי פֿעטס איז זײער האַרץ; איך האָב מיך געקװיקט מיט דײַן תּורה.
[71] װױל איז צו מיר װאָס איך בין געפּײַניקט געװאָרן, כּדי איך זאָל לערנען דײַנע געזעצן.
[72] מיר איז בעסער די תּורה פֿון דײַן מױל אײדער טױזנטן גאָלד און זילבער. י
[73] דײַנע הענט האָבן מיך געשאַפֿן און מיך געפֿורעמט; מאַך מיך פֿאַרשטײן, כּדי איך זאָל לערנען דײַנע געבאָט.
[74] דײַנע פֿאָרכטער װעלן מיך זען און זיך פֿרײען, װאָרעם אױף דײַן װאָרט האָב איך געהאַרט.
[75] איך װײס, ה׳, אַז גערעכט זײַנען דײַנע משפּטים, און אױס טרײַשאַפֿט האָסטו מיך געפּײַניקט.
[76] זאָל זײַן, איך בעט דיך, דײַן חֶסֶד מיך צו טרײסטן, אַזױ װי דײַן צוזאָג צו דײַן קנעכט.
[77] זאָל קומען אױף מיר דײַן דערבאַרעמונג, כּדי איך זאָל לעבן, װאָרעם דײַן תּורה איז מײַן קװיקונג.
[78] זאָלן פֿאַרשעמט װערן די מוטװיליקע, װײַל זײ האָבן מיך געקריװדעט אומנישט; איך װעל טראַכטן אָן דײַנע באַפֿעלן.
[79] זאָלן זיך קערן צו מיר די װאָס פֿאָרכטן דיך, און די װאָס װײסן דײַנע צײגנים.
[80] זאָל מײַן האַרץ זײַן גאַנץ אין דײַנע געזעצן, כּדי איך זאָל נישט פֿאַרשעמט װערן. כ
[81] מײַן זעל גײט אױס נאָך דײַן הילף, אױף דײַן װאָרט טו איך האַרן.
[82] מײַנע אױגן גײען אױס נאָך דײַן צוזאָג, אַזױ צו זאָגן: װען װעסטו מיך טרײסטן?
[83] הגם איך בין געװאָרן װי אַ לאָגל אין רױך, האָב איך דײַנע געזעצן נישט פֿאַרגעסן.
[84] װי פֿיל זײַנען די טעג פֿון דײַן קנעכט? װען װעסטו אַ משפּט טאָן אױף מײַנע נאָכיאָגער?
[85] די מוטװיליקע האָבן מיר געגראָבן גריבער, װאָס איז נישט לױט דײַן תּורה.
[86] אַלע דײַנע געבאָט זײַנען װאָרהאַפֿטיק; אומנישט האָבן זײ מיך גערודפֿט; העלף מיך.
[87] זײ האָבן מיך שיר פֿאַרלענדט אױף דער ערד, אָבער איך האָב נישט פֿאַרלאָזן דײַנע באַפֿעלן.
[88] לעב מיך אױף לױט דײַן חֶסֶד, און איך װעל היטן דעם צײגנים פֿון דײַן מױל. ל
[89] אױף אײביק, ה׳, באַשטײט דײַן װאָרט אין הימל.
[90] אױף דור-דורות איז דײַן טרײַשאַפֿט; האָסט באַפֿעסטיקט די ערד, און זי שטײט.
[91] לױט דײַנע געזעצן שטײען זײ הײַנט, װאָרעם אַלע זאַכן זײַנען דײַנע קנעכט.
[92] װען נישט דײַן תּורה איז מײַן קװיקונג, װאָלט איך אונטערגעגאַנגען אין מײַן פּײַן.
[93] איך װעל אײביק נישט פֿאַרגעסן דײַנע באַפֿעלן, װאָרעם מיט זײ האָסטו מיך אױפֿגעלעבט.
[94] דײַנער בין איך, העלף מיך, װאָרעם דײַנע באַפֿעלן האָב איך געפֿאָרשט.
[95] די רשעים האָבן אױסגעקוקט אױף מיר, מיך אונטערצוברענגען; איך קליג מיך אין דײַנע צײגנים.
[96] צו יעטװעדער שטרעבונג האָב איך געזען אַן ענד – דײַנע געבאָט זײַנען ברײט ביז גאָר. מ
[97] װי ליב איך האָב דײַן תּורה! אַ גאַנצן טאָג איז זי מײַן טראַכטונג.
[98] קליגער פֿון מײַנע פֿײַנט מאַכן מיך דײַנע געבאָט, װאָרעם זײ זײַנען אײביק בײַ מיר.
[99] פֿון אַלע מײַנע לערער בין איך פֿאַרשטאַנדיקער, װאָרעם דײַנע צײגנים זײַנען מײַן טראַכטונג.
[100] מער פֿון זקנים פֿאַרשטײ איך, װײַל דײַנע באַפֿעלן האָב איך געהאַלטן.
[101] פֿון יעטװעדער בײזן װעג פֿאַרמײַד איך מײַנע פֿיס, כּדי איך זאָל היטן דײַן װאָרט.
[102] פֿון דײַנע געזעצן האָב איך נישט אָפּגעקערט, װאָרעם דו האָסט מיך געלערנט.
[103] װי זיס זײַנען דײַנע װערטער צו מײַן גומען, מער פֿון האָניק פֿאַר מײַן מױל!
[104] פֿון דײַנע באַפֿעלן װער איך פֿאַרשטאַנדיק, דערום האָב איך פֿײַנט יעטװעדער װעג פֿון ליגן. נ
[105] אַ ליכט פֿאַר מײַן פֿוס איז דײַן װאָרט, און אַ ליכטיקײט פֿאַר מײַן שטעג.
[106] איך האָב געשװאָרן, און האָב מקײם געװען, צו היטן דײַנע גערעכטע משפּטים.
[107] איך בין געדריקט ביז גאָר, ה׳, לעב מיך אױף לױט דײַן װאָרט.
[108] די פֿרײַגאָבן פֿון מײַן מױל באַװיליק, איך בעט דיך, ה׳, און דײַנע משפּטים לערן מיך.
[109] מײַן נפֿש איז תּמיד אין מײַן האַנט, אָבער דײַן תּורה האָב איך נישט פֿאַרגעסן.
[110] די רשעים האָבן מיר אַ פּאַסטקע געשטעלט, אָבער פֿון דײַנע באַפֿעלן האָב איך נישט אַװעקגעבלאָנדזשעט.
[111] איך האָב געמאַכט דײַנע צײגנים פֿאַר מײַן אײביקער אַרב, װאָרעם זײ זײַנען די פֿרײד פֿון מײַן האַרצן.
[112] איך האָב גענײגט מײַן האַרץ צו טאָן דײַנע געזעצן תּמיד ביז לעצט. ס
[113] צװײפֿלער האָב איך פֿײַנט, נאָר דײַן תּורה האָב איך ליב.
[114] מײַן פֿאַרבאָרגעניש און מײַן שילד ביסטו, אױף דײַן װאָרט טו איך האַרן.
[115] קערט אײַך אָפּ פֿון מיר, איר שלעכטסטוער, כּדי איך זאָל היטן די געבאָט פֿון מײַן ג-ט.
[116] האַלט מיך אױף לױט דײַן צוזאָג, כּדי איך זאָל לעבן, און לאָז מיך נישט פֿאַרשעמט װערן אין מײַן האָפֿענונג.
[117] לען מיך אונטער, און לאָמיך געהאָלפֿן װערן, און איך װעל מיך תּמיד פֿאַרנעמען מיט דײַנע געזעצן.
[118] פֿאַראַכטסט אַלע װאָס בלאָנדזשען אַװעק פֿון דײַנע געזעצן, װאָרעם אומזיסט איז זײער אָפּנאַרעניש.
[119] װי פּסולת שאַפֿסטו אָפּ אַלע רשעים פֿון דער ערד, דערום האָב איך ליב דײַנע צײגנים.
[120] מײַן לײַב שױדערט פֿון אַנגסט פֿאַר דיר, און פֿאַר דײַנע משפּטים האָב איך מורא. ע
[121] איך האָב געטאָן רעכט און גערעכטיקײט; זאָלסט מיך נישט איבערלאָזן צו מײַנע דריקער.
[122] שטעל זיך אײַן פֿאַר דײַן קנעכט צום גוטן, אַז מיך זאָלן נישט דריקן די מוטװיליקע.
[123] מײַנע אױגן גײען אױס נאָך דײַן הילף, און נאָך דעם װאָרט פֿון דײַן גערעכטיקײט.
[124] טו מיט דײַן קנעכט לױט דײַן חֶסֶד, און דײַנע געזעצן לערן מיך.
[125] דײַן קנעכט בין איך; מאַך מיך פֿאַרשטײן, כּדי איך זאָל װיסן דײַנע צײגנים.
[126] עס איז צײַט פֿאַר ה׳ צו טאָן; זײ האָבן פֿאַרשטערט דײַן תּורה.
[127] פֿאַר װאָר, איך האָב ליב דײַנע געבאָט, מער פֿון גאָלד און פֿון גינגאָלד.
[128] דערום האַלט איך פֿאַר ריכטיק אַלע כּלערלײ באַפֿעלן; יעטװעדער װעג פֿון ליגן האָב איך פֿײַנט. פֿ
[129] װוּנדערלעך זײַנען דײַנע צײגנים, דערום היט זײ מײַן זעל.
[130] די אַנטפּלעקונג פֿון דײַנע װערטער מאַכט ליכטיק, זי מאַכט פֿאַרשטאַנדיק דעם נאַרן.
[131] איך האָב אױפֿגעשפּאַרט מײַן מױל און געלעכצט, װאָרעם נאָך דײַנע געבאָט האָב איך געגאַרט.
[132] קער זיך צו מיר, און לײַטזעליק מיך, װי עס איז רעכט צו די װאָס האָבן ליב דײַן נאָמען.
[133] פֿעסטיק מײַנע טריט מיט דײַן װאָרט, און לאָז נישט געװעלטיקן איבער מיר קײן אומרעכט.
[134] לײז מיך אױס פֿון דער דריקונג פֿון מענטשן, כּדי איך זאָל היטן דײַנע באַפֿעלן.
[135] דערלײַכט דײַן פּנים אױף דײַן קנעכט, און לערן מיך דײַנע געזעצן.
[136] בעכן װאַסער האָבן פֿאַרגאָסן מײַנע אױגן, איבער די װאָס האָבן נישט געהיט דײַן תּורה. צ
[137] גערעכט ביסטו, ה׳, און רעכטפֿאַרטיק זײַנען דײַנע משפּטים.
[138] האָסט באַפֿױלן מיט גערעכטיקײט דײַנע צײגנים, און מיט געטרײַשאַפֿט ביז גאָר.
[139] מיך האָט אומגעבראַכט מײַן ערגערניש װײַל מײַנע פֿײַנט האָבן פֿאַרגעסן דײַנע װערטער.
[140] געלײַטערט איז דײַן װאָרט ביז גאָר, און דײַן קנעכט האָט עס ליב.
[141] קלײן בין איך און פֿאַראַכט – דײַנע באַפֿעלן האָב איך נישט פֿאַרגעסן.
[142] דײַן גערעכטיקײט איז אײביק גערעכט, און דײַן תּורה איז אמת.
[143] נױט און אַנגסט האָבן מיך געטראָפֿן – דײַנע געבאָט זײַנען מײַנע קװיקונגען.
[144] גערעכט זײַנען דײַנע צײגנים אױף אײביק; מאַך מיך פֿאַרשטײן, כּדי איך זאָל לעבן. ק
[145] איך האָב גערופֿן מיטן גאַנצן האַרצן; ענטפֿער מיר, ה׳; דײַנע געזעצן װעל איך האַלטן.
[146] איך רוף דיך, העלף מיך, און איך װעל היטן דײַנע צײגנים.
[147] איך האָב מיך געפֿעדערט באַגינען און געשריִען; אױף דײַן װאָרט האָב איך געהאַרט.
[148] מײַנע אױגן זײַנען פֿאַרױסגעלאָפֿן די נאַכטװאַכן, צו טראַכטן אָן דײַן װאָרט.
[149] הער צו מײַן קֹול לױט דײַן חֶסֶד, ה׳, לעב מיך אױף אַזױ װי דײַן שטײגער.
[150] עס גענענען די װאָס יאָגן זיך נאָך שענדלעכקײט; פֿון דײַן תּורה זײַנען זײ װײַט.
[151] דו ביסט נאָנט, ה׳, און אַלע דײַנע געבאָט זײַנען אמת.
[152] פֿון לאַנג אָן האָב איך געװוּסט פֿון דײַנע צײגנים, אַז דו האָסט זײ אױף אײביק געגרונטפֿעסט. ר
[153] זע מײַן פּײַן, און דערלײז מיך, װאָרעם דײַן תּורה האָב איך נישט פֿאַרגעסן.
[154] קריג מײַן קריג, און לײז מיך אױס, לױט דײַן צוזאָג לעב מיך אױף.
[155] װײַט איז פֿון רשעים הילף, װײַל דײַנע געזעצן זוכן זײ נישט.
[156] דײַן דערבאַרעמונג איז גרױס, ה׳; לעב מיך אױף אַזױ װי דײַן שטײגער.
[157] פֿיל זײַנען מײַנע נאָכיאָגער און מײַנע דריקער – פֿון דײַנע צײגנים האָב איך זיך נישט אָפּגענײגט.
[158] איך האָב געזען די פֿעלשער און זיך געקריגט מיט זײ, װאָס זײ האָבן דײַן װאָרט נישט געהיט.
[159] זע אַז דײַנע באַפֿעלן האָב איך ליב; ה׳, לעב מיך אױף לױט דײַן חֶסֶד.
[160] דער עיקר פֿון דײַן װאָרט איז אמת, און אױף אײביק איז אַל דײַן גערעכטער משפּט. ש
[161] האַרן האָבן מיך גערודפֿט פֿאַר אומזיסט, אָבער פֿאַר דײַנע װערטער האָט געאַנגסט מײַן האַרץ.
[162] איך פֿרײ זיך איבער דײַן װאָרט, װי אײנער װאָס געפֿינט אַ סך רױב.
[163] ליגן האָב איך פֿײַנט און פֿאַראומװערדיק, דײַן תּורה האָב איך ליב.
[164] זיבן מאָל אַ טאָג לױב איך דיך פֿאַר דײַנע גערעכטע משפּטים.
[165] גרױס פֿריד איז פֿאַר די ליבהאָבער פֿון דײַן תּורה, און נישטאָ פֿאַר זײ קײן שטרױכלונג.
[166] איך האָב אױסגעקוקט אױף דײַן הילף, ה׳, און דײַנע געבאָט האָב איך געטאָן.
[167] מײַן זעל האָט געהיט דײַנע צײגנים, און איך האָב זײ ליב זײער.
[168] איך האָב געהיט דײַנע באַפֿעלן און דײַנע צײגנים, װאָרעם אַלע מײַנע װעגן זײַנען פֿאַר דיר. ת
[169] זאָל גענענען מײַן געשרײ פֿאַר דיר, ה׳; מאַך מיך פֿאַרשטײן, לױט דײַן װאָרט.
[170] זאָל קומען מײַן געבעט פֿאַר דיר; זײַ מיך מציל לױט דײַן צוזאָג.
[171] מײַנע ליפּן װעלן שטראָמען מיט לױב, אַז דו װעסט מיך לערנען דײַנע געזעצן.
[172] מײַן צונג װעט זינגען דײַן װאָרט, װאָרעם אַלע דײַנע געבאָט זײַנען גערעכטיקײט.
[173] זאָל דײַן האַנט זײַן מיר צו הילף, װאָרעם דײַנע באַפֿעלן האָב איך אױסדערװײלט.
[174] איך האָב געשמאַכט נאָך דײַן ישועה, ה׳, און דײַן תּורה איז מײַן קװיקונג.
[175] זאָל לעבן מײַן זעל, און דיך לױבן, און זאָלן דײַנע משפּטים מיך העלפֿן.
[176] איך האָב געבלאָנדזשעט װי אַ פֿאַרלאָרענע שאָף; זוך אױף דײַן קנעכט, װאָרעם דײַנע געבאָט האָב איך נישט פֿאַרגעסן.