Skip to content
Opens in a new window

[1] אַ געזאַנג פֿון די אַרױפֿגאַנגען; פֿון דָוִדן. װען נישט ה׳ װאָס איז געװען מיט אונדז – זאָל נון זאָגן יִשׂרָאֵל –

[2] װען נישט ה׳ װאָס איז געװען מיט אונדז, בעת מענטשן זײַנען אױפֿגעשטאַנען אױף אונדז,

[3] דענצמאָל װאָלטן זײ אונדז לעבעדיקערהײט אײַנגעשלונגען, װען זײער צאָרן האָט געגרימט אױף אונדז;

[4] דענצמאָל װאָלטן אונדז די װאַסערן פֿאַרפֿלײצט, דער טײַך װאָלט אַריבערגעגאַנגען איבער אונדזער זעל;

[5] דענצמאָל װאָלטן אַריבער איבער אונדזער זעל די מוטװיליקע װאַסערן.

[6] ברוך ה׳, װאָס ער האָט אונדז נישט געגעבן פֿאַר רױב צו זײערע צײן.

[7] אונדזער זעל איז אַנטרונען געװאָרן װי אַ פֿױגל פֿון די פֿאַנגערס פּאַסטקע; די פּאַסטקע איז צעבראָכן געװאָרן, און מיר זײַנען אַנטרונען געװאָרן.

[8] אונדזער הילף איז אין נאָמען פֿון ה׳, דעם באַשעפֿער פֿון הימל און ערד.

תְּהִלִּים — Chapters