Skip to content
Opens in a new window

[1] פֿון דָוִדן; װען ער האָט געביטן זײַן שׂכל פֿאַר אַבֿימֶלֶכן, און ער האָט אים אַרױסגעטריבן, און ער איז אַװעק.

[2] איך בענטש ה׳ אין יעטװעדער צײַט, תּמיד איז זײַן לױב אין מײַן מױל.

[3] מיט ה׳ רימט זיך מײַן זעל; די געדריקטע װעלן הערן און זיך פֿרײען.

[4] גרײסט ה׳ מיט מיר, און לאָמיר דערהײבן זײַן נאָמען אין אײנעם.

[5] איך האָב געזוכט ה׳, און ער האָט מיר געענטפֿערט, און פֿון אַלע מײַנע שרעקענישן האָט ער מיך מציל געװען.

[6] זײ האָבן געקוקט צו אים, און האָבן אױפֿגעלוכטן, און זײערע פּנימער װעלן נישט פֿאַרשעמט װערן.

[7] אָט האָט אַן אָרעמאַן גערופֿן, און ה׳ האָט צוגעהערט, און פֿון אַלע זײַנע צרות אים געהאָלפֿן.

[8] דער מלאך פֿון ה׳ לאַגערט אַרום זײַנע פֿאָרכטער, און ער טוט זײ דערלײזן.

[9] באַטראַכט און זעט אַז ה׳ איז גוט; װױל צו דעם מאַן װאָס שיצט זיך אין אים.

[10] פֿאָרכט ה׳, איר זײַנע הײליקע, װאָרעם זײַנע פֿאָרכטער װעט נישט פֿעלן.

[11] יונגלײבן דאַרן און הונגערן, אָבער די װאָס זוכן ה׳ פֿעלט נישט כָּל-טובֿ.

[12] קומט, קינדער, הערט מיר צו, מורא פֿאַר ה׳ װעל איך אײַך לערנען.

[13] װער נאָר אַ מאַן װאָס װיל לעבן, װאָס גאַרט טעג צו זען גוטס,

[14] היט דײַן צונג פֿון שלעכטס, און דײַנע ליפּן פֿון רעדן באַטרוג.

[15] קער זיך אָפּ פֿון שלעכטס, און טו גוטס, זוך שלום און יאָג זיך נאָך אים.

[16] די אױגן פֿון ה׳ זײַנען אױף די צדיקים, און זײַנע אױערן אױף זײער געשרײ.

[17] דער פּנים פֿון ה׳ איז קעגן די שלעכטסטוער. צו פֿאַרשנײַדן פֿון דער ערד זײער געדעכעניש.

[18] זײ האָבן געשריִען, און ה׳ האָט זײ צוגעהערט, און פֿון אַלע זײערע צרות זײ מציל געװען.

[19] ה׳ איז נאָנט צו די צעבראָכענע הערצער, און די דערשלאָגענע געמיטער טוט ער העלפֿן.

[20] פֿיל זײַנען די אומגליקן פֿון צדיק, אָבער פֿון זײ אַלע װעט אים מציל זײַן ה׳.

[21] ער היט אָפּ אַלע זײַנע בײנער, נישט אַן אײנציקער פֿון זײ װערט צעבראָכן.

[22] דעם רשע װעט טײטן דאָס בײז, און די שָׂונאים פֿון צדיק װעלן פֿאַרװיסט װערן.

[23] ה׳ לײזט אױס די זעל פֿון זײַנע קנעכט, און נישט פֿאַרװיסט װערן װעלן אַלע װאָס שיצן זיך אין אים.

תְּהִלִּים — Chapters