Skip to content
Opens in a new window

[1] פֿון דָוִדן. קריג, ה׳, מיט מײַנע קריגער, שטרײַט מיט מײַנע שטרײַטער.

[2] נעם אָן אַ שילד און אַ קלײן שילד, און שטײ אױף מיר צו הילף.

[3] און צי אַרױס דעם שפּיז און די האַק אַקעגן מײַנע נאָכיאָגער; זאָג צו מײַן זעל: דײַן ישועה בין איך.

[4] זאָלן פֿאַרשעמט און צו שאַנד װערן די װאָס זוכן מײַן לעבן; זאָלן אָפּטרעטן אַהינטער און זיך שעמען די װאָס טראַכטן מיר בײז.

[5] זאָלן זײ זײַן װי שפּרײ פֿאַרן װינט, און דער מלאך פֿון ה׳ זאָל זײ שטױסן.

[6] זאָל זײער װעג זײַן חושך און גליטשיק, און דער מלאך פֿון ה׳ זאָל זײ יאָגן.

[7] װאָרעם פֿאַר אומזיסט האָבן זײ מיר אונטערגעלײגט זײער נעץ פֿון אונטערגאַנג, פֿאַר אומזיסט האָבן זײ געגראָבן אױף מײַן זעל.

[8] זאָל קומען אױף אים אַ בראָך אומגעריכט, און זײַן נעץ װאָס ער האָט אונטערגעלײגט זאָל אים באַצװינגען; מיט שטורעם זאָל ער פֿאַלן דערין.

[9] און מײַן זעל װעט זיך פֿרײען מיט ה׳, זי װעט לוסטיק זײַן מיט זײַן ישועה.

[10] אַלע מײַנע בײנער װעלן זאָגן: װער אַזױ װי דו, ה׳, איז מציל דעם אָרעמאַן פֿון דעם שטאַרקערן פֿון אים, יאָ, דעם אָרעמאַן און דעם אבֿיון פֿון דעם װאָס באַגזלט אים.

[11] פֿאַלשע עדות שטײען אױף, װאָס איך װײס נישט פֿרעגן זײ מיך.

[12] זײ צאָלן מיר אַ רָעה פֿאַר אַ טובֿה, פֿאַריתומט איז מײַן זעל.

[13] און איך, אַז זײ זײַנען קראַנק געװען, איז מײַן אָנקלײד געװען זאַק, איך האָב געפּײַניקט מיט פֿאַסטן מײַן לײַב; און מײַן תּפֿילה – זאָל עס אָנקומען אין מײַן בוזעם!

[14] װי בײַ אַ חבֿר, װי בײַ אַ ברודער מײַנעם, בין איך אַרומגעגאַנגען, װי אין טרױער נאָך אַ מאַמען, פֿינצטער געבױגן בין איך געװען.

[15] אָבער אַז איך פֿאַל, פֿרײען זײ זיך, און קלײַבן זיך אױף; עס קלײַבן זיך אַרום מיר שלעגער װאָס איך קען נישט; זײ רײַסן און הערן נישט אױף.

[16] מיט פֿאַלשע רכילות-געשפּעטן קריצן זײ אױף מיר זײערע צײן.

[17] אֲדֹנָי, װי לאַנג װעסטו צוזען? נעם אַװעק מײַן זעל פֿון זײערע פֿאַרװיסטונגען, פֿון די יונגלײבן מײַן אײנאײנציקע.

[18] איך װעל דיר דאַנקען אין אַ גרױס געזעמל, אין פֿיל פֿאָלק װעל איך דיך לױבן.

[19] זאָלן זיך נישט פֿרײען איבער מיר די װאָס זײַנען מיר פֿײַנט פֿאַר גאָרנישט; מײַנע אומזיסטיקע שָׂונאים װאָס װינקען מיטן אױג.

[20] װאָרעם אומשָלום רעדן זײ, און קעגן די שטילע פֿון דער ערד טראַכטן זײ אױס פֿאַלשע שטיק.

[21] און זײ עפֿענען ברײט זײער מױל אױף מיר; זײ זאָגן: אַהאַ! אַהאַ! אונדזער אױג האָט דערלעבט.

[22] דו האָסט געזען, ה׳, זאָלסטו נישט פֿאַרשװײַגן; אֲדֹנָי, זאָלסט זיך נישט דערװײַטערן פֿון מיר.

[23] דערװעק דיך און װאַך אױף צו מײַן משפּט, צו מײַן קריג, מײַן ג-ט און אֲדֹנָי.

[24] משפּט מיך לױט דײַן גערעכטיקײט, ה׳ מײַן ג-ט, און זאָלן זײ זיך נישט פֿרײען איבער מיר.

[25] זאָלן זײ נישט זאָגן אין זײער האַרצן: אַהאַ! אונדזער באַגער! זאָלן זײ נישט זאָגן: מיר האָבן אים אײַנגעשלונגען!

[26] זאָלן פֿאַרשעמט און צו שאַנד װערן אין אײנעם די װאָס פֿרײען זיך אױף מײַן אומגליק; זאָלן באַקלײדט װערן מיט בושה און שמאַך די װאָס גרײסן זיך איבער מיר.

[27] זאָלן זינגען און זיך פֿרײען די װאָס באַגערן מײַן גערעכטיקײט; און זאָלן זײ תּמיד זאָגן: געגרײסט זאָל זײַן ה׳, װאָס באַגערט דעם פֿריד פֿון זײַן קנעכט.

[28] און מײַן צונג װעט רעדן דײַן גערעכטיקײט, אַ גאַנצן טאָג דײַן לױב.

תְּהִלִּים — Chapters