Skip to content
Opens in a new window

[1] אַ באַטראַכטונג פֿון אָסָפֿן. פֿאַרנעם, מײַן פֿאָלק, מײַן לערנונג, נײַגט אײַער אױער צו די װערטער פֿון מײַן מױל.

[2] איך װעל עפֿענען מיט אַ משל מײַן מױל, איך װעל רעדן רעטענישן פֿון פֿאַרצײַטן.

[3] װאָס מיר האָבן געהערט און מיר װײסן, און אונדזערע עלטערן האָבן אונדז דערצײלט,

[4] װעלן מיר נישט פֿאַרהױלן פֿון זײערע קינדער; דערצײלנדיק דעם שפּעטערדיקן דור די לױבן פֿון ה׳ און זײַן שטאַרקײט, און זײַנע װוּנדער װאָס ער האָט געטאָן.

[5] װאָרעם ער האָט אױפֿגעשטעלט אַ צײגנים אין יעקבֿ, און אַ תּורה געמאַכט אין יִשׂרָאֵל, װאָס ער האָט באַפֿױלן אונדזערע עלטערן, זײ צו מאַכן װיסן זײערע קינדער;

[6] כּדי װיסן זאָל דער שפּעטערדיקער דור, די קינדער װאָס װעלן געבאָרן װערן; זײ זאָלן אױפֿשטײן און דערצײלן זײערע קינדער.

[7] און זײ זאָלן לײגן אױף אלֹקים זײער בטחון, און נישט פֿאַרגעסן די אױפֿטוען פֿון אֵל, און זײַנע געבאָט זאָלן זײ היטן;

[8] און זײ זאָלן נישט זײַן װי זײערע עלטערן, אַ דור אָפּגעקערט און װידערשפּעניק, אַ דור װאָס האָט נישט געפֿעסטיקט זײַן האַרץ, און נישט געטרײַ געװען איז זײַן גײַסט צו אֵל.

[9] די קינדער פֿון אפֿרים, באַװאָפֿנטע בױגן-שיסער, האָבן זיך אומגעקערט אין טאָג פֿון מלחמה.

[10] זײ האָבן נישט געהיט דעם ברית פֿון אלֹקים, און אין זײַן תּורה נישט געװאָלט גײן.

[11] און זײ האָבן פֿאַרגעסן זײַנע טוּונגען, און זײַנע װוּנדער װאָס ער האָט זײ באַװיזן.

[12] אַנטקעגן פֿאַר זײערע עלטערן האָט ער געטאָן װוּנדער, אין לאַנד מִצרַיִם, אין פֿעלד פֿון צוֹעַן.

[13] ער האָט געשפּאָלטן דעם ים, און זײ אַריבערגעפֿירט, און אױפֿגעשטעלט די װאַסערן װי אַ סטױג.

[14] און ער האָט זײ געפֿירט מיט אַ װאָלקן בײַ טאָג, און די גאַנצע נאַכט מיט אַ פֿײַערדיקן ליכט.

[15] ער האָט געשפּאָלטן פֿעלדזן אין מדבר, און זײ אָנגעטרונקען זאַט װי פֿון תּהומען.

[16] און ער האָט אַרױסגעצױגן פֿלוסן פֿון פֿעלדז, און געמאַכט נידערן װאַסער װי שטראָמען.

[17] אָבער זײ האָבן נאָך װײַטער געזינדיקט צו אים, צו װידערשפּעניקן דעם עליון אױבערשטער אין דער װיסטע.

[18] און זײ האָבן געפּרוּװט אֵל אין זײער האַרצן, צו פֿאַרלאַנגען עסן פֿאַר זײער געלוסט.

[19] און זײ האָבן גערעדט קעגן אלֹקים, געזאָגט: קען אֵל גרײטן אַ טיש אין דער מדבר?

[20] יאָ, ער האָט געשלאָגן דעם פֿעלדז, און װאַסער איז געפֿלאָסן, און טײַכן האָבן געפֿלײצט, װעט ער אױך קענען ברױט געבן? צי װעט ער אָנברײטן פֿלײש פֿאַר זײַן פֿאָלק?

[21] דערום האָט ה׳ געהערט, און איז אין כּעס געװאָרן, און אַ פֿײַער האָט זיך אָנגעצונדן אין יעקבֿ, און פֿאַר װאָר, אַ צאָרן איז אױפֿגעגאַנגען אין יִשׂרָאֵל;

[22] װײַל זײ האָבן נישט געגלױבט אין אלֹקים, און זיך נישט פֿאַרזיכערט אױף זײַן הילף.

[23] און ער האָט באַפֿױלן די װאָלקנס פֿון אױבן, און די טירן פֿון הימל געעפֿנט.

[24] און ער האָט געמאַכט רעגענען אױף זײ מַן צום עסן, און הימל-תּבֿואה זײ געגעבן.

[25] ברױט פֿון מלאָכים האָט איטלעכער געגעסן, שפּײַז צו זאַט האָט ער זײ אַראָפּגעשיקט.

[26] ער האָט געמאַכט ציִען דעם מזרח-װינט אין הימל, און געטריבן מיט זײַן שטאַרקײט דעם דָרום-װינט.

[27] און ער האָט געמאַכט רעגענען אױף זײ פֿלײש װי שטױב, און װי זאַמד פֿון די ימען פֿױגלען געפֿליגלטע.

[28] און ער האָט עס געלאָזט פֿאַלן אין מיטן פֿון זײער לאַגער, רונד אַרום זײערע װױנונגען.

[29] און זײ האָבן געגעסן, און זײַנען איבערזאַט געװאָרן, און זײער תּאװה האָט ער זײ געבראַכט.

[30] נאָך האָבן זײ זיך נישט געהאַט אָפּגעעקלט פֿון זײער תּאװה, זײער שפּײַז איז נאָך געװען אין זײער מױל,

[31] און דער צאָרן פֿון אלֹקים איז אױפֿגעגאַנגען קעגן זײ, און ער האָט געהרגעט פֿון זײערע שטאַרקסטע, און די יונגעלײַט פֿון יִשׂרָאֵל אַנידערגעלײגט.

[32] בײַ אַלעם דעם האָבן זײ װידער געזינדיקט, און נישט געגלױבט אין זײַנע װוּנדער.

[33] און ער האָט פֿאַרלענדט װי אַ הױך זײערע טעג, און זײערע יאָרן אין אַ בהלה.

[34] אַז ער האָט זײ געהרגעט, פֿלעגן זײ אים זוכן, און פֿלעגן זיך אומקערן, און פֿאָרשן אֵל.

[35] און זײ האָבן זיך דערמאָנט אַז אלֹקים איז זײער פֿעלדז, און אֵל עליון איז זײער אױסלײזער.

[36] און זײ האָבן אים איבערגעבעטן מיט זײער מױל, און מיט זײער צונג פֿלעגן זײ אים ליגן זאָגן.

[37] אָבער זײער האַרץ איז נישט געװען פֿעסט מיט אים, און זײ זײַנען נישט געטרײַ געװען אין זײַן ברית.

[38] נאָר ער איז אַ דערבאַרעמער, ער איז מכַפּר אױף זינד, און ברענגט נישט אום, און ער האַלט אַ סך אָפּ זײַן כּעס, און דערװעקט נישט זײַן גאַנצן גרימצאָרן.

[39] און ער האָט זיך דערמאָנט אַז זײ זײַנען פֿלײש, אַ הױך װאָס פֿאַרגײט, און קערט נישט אום.

[40] װיפֿל מאָל האָבן זײ אים װידערשפּעניקט אין מדבר, אים געקרענקט אין דער װיסטע!

[41] און װידער האָבן זײ געפּרוּװט אֵל, און דעם הײליקן פֿון יִשׂרָאֵל געערגערט.

[42] זײ האָבן נישט געדאַכט אָן זײַן האַנט, אָן דעם טאָג װאָס ער האָט זײ אױסגעלײזט פֿון פֿײַנט

[43] װי ער האָט געמאַכט זײַנע צײכנס אין מִצרַיִם, און זײַנע װוּנדער אין פֿעלד פֿון צוֹעַן;

[44] און פֿאַרקערט אין בלוט זײערע טײַכן, און זײערע פֿלוסן, זײ זאָלן נישט קענען טרינקען.

[45] ער האָט אָנגעשיקט אױף זײ אַ שװאָרעם פֿליגן װאָס האָט זײ אױפֿגעגעסן, און די פֿראָש װאָס האָט זײ פֿאַרװיסט.

[46] און ער האָט איבערגעגעבן צום גריל זײער געװעקס, און זײער מי צום הײשעריק.

[47] ער האָט געטײט מיט האָגל זײער װײַנשטאָק, און זײערע װילדע פֿײַגנבײמער מיט פֿראָסט.

[48] און ער האָט איבערגעענטפֿערט צום האָגל זײער פֿיך, און זײערע סטאַדעס צו בליצן.

[49] ער האָט אָנגעשיקט אױף זײ דעם בראַנד פֿון זײַן צאָרן, כּעס און גרימצאָרן און לײַד, אַן אָנשיקעניש פֿון בײזע שלוחים.

[50] ער האָט געמאַכט אַ װעג פֿאַר זײַן צאָרן, ער האָט נישט פֿאַרמיטן פֿון טױט זײער זעל, און ער האָט איבערגעענטפֿערט זײער לעבן צו פּעסט.

[51] און ער האָט געשלאָגן יעטװעדער בכוֹר אין מִצרַיִם, די ערשטלינגען פֿון קראַפֿט, אין די געצעלטן פֿון חָם.

[52] און ער האָט געמאַכט ציִען װי שאָף זײַן פֿאָלק, און זײ געפֿירט װי אַ סטאַדע אין מדבר.

[53] און ער האָט זײ באַלײט אין זיכערקײט, און זײ האָבן נישט געאַנגסט, און זײערע פֿײַנט האָט צוגעדעקט דער ים.

[54] און ער האָט זײ געבראַכט צו זײַן הײליקן געמאַרק, צו דעם באַרג װאָס זײַן רעכטע האַנט האָט זיך געקױפֿט.

[55] און ער האָט פֿאַרטריבן פֿון פֿאַר זײ פֿעלקער, און זײ אױסגעװאָרפֿן מיט אַ מעסטשנור פֿאַר אַ נחלה; און געמאַכט רוען אין זײערע געצעלטן די שבֿטים פֿון יִשׂרָאֵל.

[56] אָבער זײ האָבן געפּרוּװט און װידערשפּעניקט אלֹקים דעם עליון, און זײַנע צײגנים האָבן זײ נישט געהיט.

[57] און זײ האָבן זיך אָפּגעקערט און געפֿעלשט װי זײערע עלטערן, זײ זײַנען פֿאַרקערט געװאָרן װי אַ פֿאַלשער בױגן.

[58] און זײ האָבן אים דערצערנט מיט קִנְאָה מיט זײערע בָמות, און מיט זײערע געצן אים דערבײזערט מיט קינאה.

[59] האָט אלֹקים געהערט און איז אין כּעס געװאָרן, און ער האָט זײער פֿאַראַכט יִשׂרָאֵל.

[60] און ער האָט אַװעקגעװאָרפֿן דעם מישכּן פֿון שילוֹ, דאָס געצעלט װאָס ער האָט געמאַכט רוען צװישן מענטשן.

[61] און ער האָט געגעבן אין געפֿאַנגענשאַפֿט זײַן שטאַרקײט, און זײַן פּראַכט אין דער האַנט פֿון פֿײַנט.

[62] און ער האָט איבערגעענטפֿערט צום שװערד זײַן פֿאָלק, און האָט אױף זײַן נחלה געצערנט.

[63] זײערע בחורים האָט פֿאַרצערט אַ פֿײַער, און זײערע יונגפֿרױען זײַנען געבליבן אָן אַ חתונה-ליד.

[64] זײערע כּהנים זײַנען געפֿאַלן דורכן שװערד, און זײערע אַלמנות פֿלעגן צו מאָל נישט באַװײנען.

[65] אָבער אֲדֹנָי האָט אױפֿגעװאַכט װי אַ שלאָפֿעדיקער, אַזױ װי אַ גיבור װאָס ניכטערט זיך אױס פֿון װײַן.

[66] און ער האָט צוריקגעשלאָגן זײַנע פֿײַנט; אַן אײביקע שאַנד האָט ער זײ געגעבן.

[67] אָבער ער האָט פֿאַראַכט דאָס געצעלט פֿון יוֹסף, און דעם שבֿט אפֿרים נישט אױסדערװײלט;

[68] נאָר אױסדערװײלט דעם שבֿט יהוּדה, דעם באַרג צִיוֹן װאָס ער האָט ליב.

[69] און ער האָט געבױט װי די הימלען זײַן מִקדָש, װי די ערד װאָס ער האָט געגרונטפֿעסט אױף אײביק.

[70] און ער האָט אױסדערװײלט דָוִד זײַן קנעכט, און אים גענומען פֿון די שאָפֿגעהעפֿטן.

[71] פֿון הינטער די מילכשעפּסן האָט ער אים געבראַכט צו פֿיטערן יעקבֿ זײַן פֿאָלק, און יִשׂרָאֵל זײַן אַרב.

[72] ער האָט זײ געפֿיטערט לױט דער ערלעכקײט פֿון זײַן האַרצן, און מיט דער פֿאַרשטאַנדיקײט פֿון זײַנע הענט זײ געפֿירט.

תְּהִלִּים — Chapters