[1] אַ מיזמור; אַ געזאַנג פֿאַר דעם טאָג פֿון שבת.
[2] גוט איז צו לױבן ה׳, און זינגען צו דײַן נאָמען, דו עליון;
[3] צו דערצײלן אין פֿרימאָרגן דײַן חֶסֶד און דײַן טרײַשאַפֿט אין די נעכט,
[4] אױף אַ צענסטרונע און אױף אַ גיטאַר, מיט פֿאַרטראַכטונג אױף דער האַרף.
[5] װאָרעם האָסט מיך דערפֿרײט, ה׳, מיט דײַן װערק, איך זינג װעגן די מעשׂים פֿון דײַנע הענט.
[6] װי גרױס זײַנען דײַנע מעשׂים, ה׳! טיף ביז גאָר זײַנען דײַנע טראַכטונגען.
[7] דער בהֵמישער מענטש װײס נישט, און דער נאַר פֿאַרשטײט דאָס נישט.
[8] אַז די רשעים שפּראָצן װי גראָז, און עס בליִען אַלע טוער פֿון אומרעכט, איז דאָס כּדאי זײ זאָלן פֿאַרטיליקט װערן אױף אײביק.
[9] אָבער דו ביסט דערהױבן אױף אײביק, ה׳.
[10] װאָרעם אָט דײַנע פֿײַנט, ה׳, װאָרעם אָט דײַנע פֿײַנט װעלן אונטערגײן, צעשפּרײט װעלן װערן אַלע טוער פֿון אומרעכט.
[11] און האָסט דערהײכט װי בײַ אַ װיזלטיר מײַן האָרן; איך האָב מיך באַזאַלבט מיט פֿרישן אײל.
[12] און מײַן אױג האָט זיך אָנגעזען אױף מײַנע לױערער; אױף די שלעכטסטוער װאָס שטײען אָן אױף מיר, הערן מײַנע אױערן זיך אָן.
[13] דער צדיק װעט בליִען װי אַ טײטלבױם, װי אַ צעדערבױם אין לבֿנוֹן װעט ער װאַקסן.
[14] אײַנגעפֿלאַנצט אין הױז פֿון ה׳, אין די הױפֿן פֿון אלוקינו װעלן זײ בליִען.
[15] זײ װעלן נאָך שפּראָצן אין גראָער עלטער, פֿעט און זאַפֿטיק װעלן זײ זײַן;
[16] צו דערצײלן אַז ה׳ איז רעכטפֿאַרטיק, מײַן פֿעלדז װאָס קײן אומרעכט איז אין אים נישטאָ.