Skip to content
Opens in a new window

[1] פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער; פֿון די קינדער פֿון קֹרַח אַ מיזמור.

[2] האָסט באַװיליקט, ה׳, דײַן לאַנד, האָסט אומגעקערט די געפֿאַנגענשאַפֿט פֿון יעקבֿ.

[3] האָסט פֿאַרגעבן די זינד פֿון דײַן פֿאָלק, האָסט פֿאַרדעקט זײערע אַלע חטאָים. סֶלָה.

[4] האָסט אײַנגעטאָן אַל דײַן רוגז, האָסט זיך אָפּגעקערט פֿון דײַן גרימצאָרן.

[5] ריכט אונדז װידער אױף, אלֹקים פֿון אונדזער הילף, און פֿאַרשטער דײַן כּעס קעגן אונדז.

[6] צי אױף אײביק װעסטו צערענען אױף אונדז? װעסטו ציִען דײַן כּעס אױף דור-דורות?

[7] צי װעסטו אונדז נישט אױפֿלעבן װידער, אַז דײַן פֿאָלק זאָל זיך פֿרײען מיט דיר?

[8] װײַז אונדז, ה׳, דײַן חֶסֶד, און דײַן הילף זאָלסטו אונדז געבן.

[9] איך הער װאָס הָאֵל ה׳ רעדט; פֿאַר װאָר, ער רעדט פֿריד פֿאַר זײַן פֿאָלק און פֿאַר זײַנע פֿרומע; נאָר זײ זאָלן זיך נישט אומקערן צו נאַרישקײט.

[10] גאָר נאָנט צו זײַנע פֿאָרכטער איז זײַן ישועה, כּדי כּבֿוד זאָל רוען אין אונדזער לאַנד.

[11] גענאָד און אמת האָבן זיך באַגעגענט, גערעכטיקײט און שלום האָבן זיך צעקושט.

[12] אמת שפּראָצט פֿון דער ערד, און גערעכטיקײט לוגט פֿון הימל.

[13] יאָ, ה׳ װעט געבן גוטס, און אונדזער לאַנד װעט געבן איר פֿרוכט.

[14] גערעכטיקײט װעט גײן אים פֿאַרױס, און קירעװען אין װעג זײַנע טריט.

תְּהִלִּים — Chapters