[1] ה׳ טוט קיניגן, זאָל לוסטיק זײַן די ערד, זאָלן זיך פֿרײען די פֿיל אינדזלען.
[2] װאָלקן און נעבל זײַנען אַרום אים, רעכט און גערעכטיקײט דאָס געשטעל פֿון זײַן טראָן.
[3] אַ פֿײַער גײט אים פֿאַרױס, און פֿאַרברענט רונד אַרום זײַנע פֿײַנט.
[4] זײַנע בליצן באַלײַכטן די װעלט; עס זעט די ערד, און זי ציטערט.
[5] די בערג צעגײען װי װאַקס פֿאַר ה׳, פֿאַר דעם האַר פֿון דער גאַנצער ערד.
[6] די הימלען דערצײלן זײַן גערעכטיקײט, און אַלע פֿעלקער זעען זײַן כּבֿוד.
[7] צו שאַנד װערן אַלע געצנדינער, װאָס רימען זיך מיט נישטיקײטן; עס בוקן זיך צו אים אַלע ג‑טער.
[8] צִיוֹן הערט און זי פֿרײט זיך, און לוסטיק זײַנען די טעכטערשטעט פֿון יהוּדה, פֿון װעגן דײַנע משפּטים, ה׳.
[9] װאָרעם דו ה׳ ביסט דער עליון איבער דער גאַנצער ערד, הױך דערהױבן איבער אַלע ג‑טער.
[10] איר ליבהאָבער פֿון ה׳, האָט פֿײַנט שלעכטס! ער היט די נפֿשות פֿון זײַנע פֿרומע, פֿון דער האַנט פֿון רשעים איז ער זײַ מציל.
[11] אַ ליכט איז פֿאַרזײט פֿאַרן צדיק, און פֿאַר די רעכטפֿאַרטיקע הערצער אַ פֿרײד.
[12] פֿרײט זיך, איר צדיקים, מיט ה׳, און דאַנקט זײַן הײליקער געדעכעניש.