Skip to content
Opens in a new window

[1] הַלְלוּ יָהּ; װאָרעם גוט איז זינגען צו אלוקינו, װאָרעם עס איז ליבלעך; שײן איז דאָס לױבן.

[2] ה׳ בױט ירושָלַיִם, די פֿאַרשטױסענע פֿון יִשׂרָאֵל װעט ער אײַנזאַמלען;

[3] דער װאָס הײלט די צעבראָכענע הערצער, און פֿאַרבינדט זײערע װוּנדן.

[4] ער צײלט דעם מיספּר פֿון די שטערן, זײ אַלע מיט נעמען רופֿט ער אָן.

[5] גרױס איז אונדזער האַר און מאַכטיק אין כּוֹח, נישטאָ קײן שיעור צו זײַן פֿאַרשטאַנדיקײט.

[6] ה׳ ריכט אױף די געדריקטע, ער דערנידערט די רשעים ביז דער ערד.

[7] זינגט צו ה׳ מיט לױב-געזאַנג, שפּילט צו אלוקינו אױף דער האַרף.

[8] דער װאָס באַדעקט דעם הימל מיט װאָלקנס, װאָס ברײט אָן רעגן פֿאַר דער ערד, װאָס באַשפּראָצט די בערג מיט גראָז.

[9] ער גיט דער בהמה איר שפּײַז, די קינדער פֿון ראָב װאָס רופֿן.

[10] נישט די גבֿורה פֿון דעם פֿערד באַגערט ער, נישט די שענקלען פֿון דעם מאַן װיל ער.

[11] ה׳ װיל די װאָס פֿאָרכטן אים, די װאָס האַרן אױף זײַן חֶסֶד.

[12] גיב אַ שבֿח צו ה׳, ירושָלַיִם, לױב דײַן ג-ט, צִיוֹן.

[13] װאָרעם ער האָט געשטאַרקט די ריגלען פֿון דײַנע טױערן, ער האָט געבענטשט דײַנע קינדער אין דיר;

[14] דער װאָס גיט דײַן געמאַרק שלום, דיך זעטיקט מיט פֿעטס פֿון װײץ;

[15] דער װאָס שיקט זײַן אָנזאָג אױף דער ערד – אױף גיך לױפֿט זײַן װאָרט;

[16] דער װאָס גיט שנײ אַזױ װי װאָל, פֿראָסט װי אַש טוט ער שפּרײטן.

[17] ער װאַרפֿט זײַן אײַז אַזױ װי ברעקלעך; פֿאַר זײַן קעלט, װער קען באַשטײן?

[18] ער שיקט זײַן װאָרט, און מאַכט זײ צעגײן; ער מאַכט בלאָזן זײַן װינט, רינען װאַסערן.

[19] ער זאָגט זײַנע װערטער צו יעקבֿ, זײַנע חוקים און זײַנע געזעצן צו יִשׂרָאֵל.

[20] ער האָט אַזױ נישט געטאָן צו קײן פֿאָלק, און געזעצן, דערפֿון װײסן זײ נישט. הַלְלוּ יָהּ.

תְּהִלִּים — Chapters