[1] אַ מיזמור פֿון דָוִדן. ה׳, איך רוף דיך, אײַל צו מיר, פֿאַרנעם מײַן קֹול, אַז איך רוף צו דיר.
[2] זאָל באַשטײן מײַן תּפֿילה װי װײַרעך פֿאַר דיר, די אױפֿהײבונג פֿון מײַנע הענט װי דער אָװנט-קָרבָּן.
[3] מאַך, ה׳, אַ היטונג אױף מײַן מױל, גיב אַכט אױף דער טיר פֿון מײַנע ליפּן.
[4] זאָלסט נישט פֿאַרנײגן מײַן האַרץ צו אַ בײזער זאַך, צו טאָן טוּונגען אין שלעכטיקײט מיט לײַט װאָס װערקן אומרעכט; און לאָמיך נישט עסן פֿון זײערע זיסע שפּײַזן;
[5] זאָל מיך שלאָגן דער צדיק אױס גינציקײט, און מיך שטראָפֿן; מײַן קאָפּ װעט נישט אָפּשטױסן דאָס טײַערע אײל – װאָרעם תּמיד איז מײַן תּפֿילה אַקעגן זײערע בײזן.
[6] זאָלן געשלײַדערט װערן אָן אַ פֿעלדז זײערע ריכטער; און מע זאָל הערן מײַנע װערטער אַז זײ זײַנען ליבלעך.
[7] אַזױ װי װען מע שפּאַלט און ברעכט אױף די ערד, זײַנען צעשאָטן אונדזערע בײנער בײַם מױל פֿון שְׁאֹול.
[8] װאָרעם אױף דיר, ה׳ דו אֲדֹנָי, זײַנען מײַנע אױגן; אין דיר שיץ איך מיך, זאָלסט נישט אױסגיסן מײַן זעל.
[9] היט מיך פֿון דער פּאַסטקע װאָס זײ האָבן מיר געשטעלט, און פֿון די שטרױכלונגען פֿון די אומרעכטטוער.
[10] זאָלן אַרײַנפֿאַלן אין זײערע נעצן די רשעים, בעת איך אַלײן װעל אַריבערגײן.